לא תתורו
לא תתורו איז א לא תעשה פון די תורה וואס פארבאט צו אריינטראכטן אין געדאנקען וועלכע קענען צוברענגען דעם מענטש צו לייקענען אין איינע פון די עיקרי אמונה, און צו נאכגיין די אייגענע גלוסטענישן וואס קען צוברענגען דעם מענטש צו עובר זיין אויף די תורה.
מקרא | במדבר טו, לט |
---|---|
ברייתא | ספרי אויף במדבר טו, לט (פיסקא קטו) |
תלמוד בבלי | נדרים כ, ב |
תלמוד ירושלמי |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ירושלמי פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:ירושלמי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק א', הלכה ה' |
משנה תורה |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ב', הלכות א'–ג' |
ספרי מניין המצוות |
ספר המצוות, לאו מ"ז ספר החינוך, מצוה שפ"ז סמ"ג לאו ט"ו |
מקורות נוספים | מלבי"ם, במדבר טו, לט |
מקור און איינצלהייטן
די מקור פון די מצוה איז אין פרשת שלח: ”וְלֹא תָתֻרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם אֲשֶׁר אַתֶּם זֹנִים אַחֲרֵיהֶם. לְמַעַן תִּזְכְּרוּ וַעֲשִׂיתֶם אֶת כָּל מִצְוֹתָי וִהְיִיתֶם קְדֹשִׁים לֵאלֹהֵיכֶם”[1].
חז"ל דרש'נען דעם פסוק אז "אחרי לבבכם" מיינט געדאנקען פון מינות, און "אחרי עיניכם" מיינט געדאנקען פון זנות[2], און די ראשונים ערקלערן אז דאס מיינט זיך אריינטוהן דעם קאפ אין עולם הזה'דיגע גלוסטענישן[3][4]. טייל ראשונים רעכענען "אחרי לבבכם" און "אחרי עיניכם" פאר צוויי באזונדערע מצוות[5], אבער רוב ראשונים רעכענען עס פאר איין מצוה.
אזוי אויך לערנען טייל ראשונים ארויס פון דא די איסור הסתכלות אין אן אשת איש[6].
טייל ראשונים לערנען אבער אז דאס איז אן איסור צו טראכטן צו טוהן סיי וועלכע עבירה[7].
דער מצוה איז איינע פון די מצוות תמידיות וואס א מענטש דארף אלעמאל מקיים זיין[8].
מלקות
מען באקומט נישט קיין מלקות אויף דעם לאו, סיי וויבאלד ס'איז נישט קיין באשטימטע זאך אויף וואס מ'קען אנווארענען א מענטש דערויף[4], און אויך ווייל ס'איז א לאו שאין בו מעשה[9][4].
רעפערענצן
- ↑ במדבר טו, לט
- ↑ ספרי אויף במדבר טו, לט; ברכות יב, ב
- ↑ ספר המצוות, לא תעשה מ"ז
- ↑ 4.0 4.1 4.2 ספר החינוך, מצוה שפ"ז
- ↑ סמ"ק סימן יב און סימן ל
- ↑ אגרת התשובה לרבינו יונה; סמ"ק סימן ל
- ↑ שערי תשובה שער ג' אות מא. זעט אין פירוש הגר"י פערלאו אויפן רס"ג לא תעשה א, ווי ער לערנט אז אזוי האלטן אויך דער רמב"ם, סמ"ג, ספר החינוך, און דער רס"ג אליין, אבער דער רס"ג האלט אז דאס איז נאר אן אסמכתא.
- ↑ ביאור הלכה אורח חיים סימן א בשם ספר החינוך
- ↑ סמ"ג לאו ט"ו