נסכים איז די צוגאב וואס מען ברענגט צוזאמען מיט געוויסע קרבנות וואס באשטייט פון א מנחה צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעל מיט אויל, און וויין. טייל מאל ווערט נאר די וויין אנגערופן "נסכים", און טייל מאל ווערט אזוי אנגערופן די גאנצע צוזאמשטעל פון די מנחה מיט די וויין. די מנחה זעלבסט ווערט צומאל אנגערופן "מנחת נסכים"[1].

באשטאנדטיילן פון די נסכים

די נסכים באשטייט פון צוויי חלקים:

  • איין חלק איז דער מנחה וואס איז צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעל אויסגעמישט מיט אויל, דערויף האט מען ארויפגעלייגט זאלץ, און מען האט דאס מקריב געווען אויפן מזבח החיצון. די צדוקים האבן געהאלטן אז די מנחת נסכים ווערט אויפגעגעסן, ווי אנדערע מנחות; דער טאג ווען די חכמים האבן זיי באזיגט און באשטימט אז מען איז עס אינגאנצן מקטיר, איז באשטימט געווארן אלס יום טוב[2].
  • דער צווייטער חלק איז געווען די וויין, וואס דאס האט מען געגאסן אין איינס פון די צוויי גאלדענע שיסלען וועלכע זענען געליגן אויפן מזבח, און עס איז גערינען אין די לעכער וואס האבן דערגרייכט די שיתין[3].

אין דעם יום טוב סוכות איז אויך פארהאן ניסוך המים, דאס איז דאס גיסן וואסער אין די גאלדענע שיסלען ביים מקריב זיין דעם קרבן תמיד[4].

דער מאס פון די נסכים

דער מאס פון די נסכים טיילט זיך לויט די פארשידענע סארטן בהמות פון וועלכע מען ברענגט דעם קרבן. פאר א קרבן וואס קומט פון שאף און ציגן דארף מען ברענגען איין עשרון זעמל מעל, א פערטל הין אויל, און א פערטל הין וויין; פאר א ווידער ברענגט מען צוויי עשרונים זעמל מעל, א דריטל הין אויל, און א דריטל הין וויין; פאר שטירן און קעלבלעך איז דער שיעור דריי עשרונים זעמל מעל, א האלבע הין אויל, און א האלבע הין וויין[5].

איין אויסנאם איז דא, דאס איז דער מנחה פונעם מנחת העומר, וואס כאטש עס קומט פון שאף דארף עס האבן צוויי עשרונים זעמל מעל, א פערטל הין אויל, און א פערטל הין וויין[6]. לויט איין שיטה האט עס געדארפט האבן א דריטל הין אויל[7].

די קוואליטעט פון די נסכים

טראץ דעם וואס אפילו שוואכערע קוואליטעט איז כשר פאר די נסכים איז אבער א מצוה צו ברענגען פון די בעסטע קוואליטעט ווייץ, איילבירטן און טרויבן. אין די צייטן ווען דער בית המקדש איז געשטאנען זענען געווען דעזיגנירטע פלעצער פון העכסטע שטאפל און צווייט שטאפל קוואליטעט פון וואו מ'האט גענומען די פראדוקטן פאר די נסכים[8]. עס זענען אויך דא נאך פארשידענע פארשריפטן וואס פארזיכערען אז די באשטאנדטיילן זענען פון העכסטן קוואליטעט[9].

ווען ברענגט מען נסכים

יעדע קרבן עולה פון א בהמה און א קרבן שלמים, סיי פון א יחיד און סיי פונעם ציבור ווי צום ביישפיל די קרבן התמיד, ווי אויך א חטאת און אן אשם פון א מצורע, דארפן האבן נסכים. אבער אלע אנדערע חטאות און אשמות דארפן נישט קיין נסכים, אזוי אויך א בכור, א קרבן מעשר, א קרבן פסח, און אן עולת העוף דארפן נישט קיין נסכים[10].

א מענטש קען מנדב זיין א "מנחת נסכים" אליין אפילו ער ברענגט נישט קיין קרבן, און ער קען מנדב זיין סיי וועלכע פון די דריי סארטן מנחות, סיי די מנחה פון שאף, פון ווידער, און פון שטירן און קעלבלעך. אזוי אויך קען א מענטש מנדב זיין בלויז די מאס אויל אדער וויין פון איינע פון די מנחות[11].

די סדר פון מקריב זיין די נסכים

אויב א מענטש האט געברענגט א קרבן און מיט דעם איז מיטגעקומען א מנחה, האט מען קודם מקריב געווען די מנחה און דערנאך האט מען געגאסן די וויין, אבער אויב א מענטש האט מנדב געווען בלויז א מנחת נסכים אן קיין קרבן איז א מחלוקת צי מען האט קודם מקריב געווען די מנחה אדער מען האט קודם געגאסן די וויין. די חכמים האלטן אז מען האט קודם מקריב געווען די מנחה אזוי ווי דער געווענליכער סדר איז, אבער רבי האלט אז מען האט קודם געגאסן די וויין, ווייל די וויין איז זייער חשוב ווייל אין בית המקדש האט מען געזינגען שירה אין די צייט וואס מען האט געגאסן די וויין[12].

רעפערענצן

  1. זעט מנחת חינוך, מצוה רצ"ט אות ב'
  2. מגילת תענית, פרק ח'
  3. ראב"ד, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות מעשה הקרבנות, פרק ב', הלכה א'. דער רמב"ם זאגט דארט אז מען האט געגאסן די וויין אויפן "יסוד המזבח" און פון דארט איז עס גערינען צו די שיתין, און די מפרשים אויפן פלאץ זענען צעטיילט צווישן זיך צי דער רמב"ם האלט אנדערש ווי דער ראב"ד אדער ער איז אויך מודה אז מען האט עס געגאסן דורך די גאלדענע שיסלען. זעט אויך משנה תורה לרמב"ם, הלכות מעשה הקרבנות, פרק ז', הלכה י' וואו עס איז משמע אז רמב"ם האלט אויך אז מען האט אלעמאל געגאסן אין די גאלדענע שיסל
  4. סוכה פ"ד מ"א
  5. במדבר טו
  6. ראב"ד, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות מעשה הקרבנות, פרק ב', הלכה ה'; רש"י, מנחות פט, ב
  7. משנה תורה לרמב"ם, הלכות מעשה הקרבנות, פרק ב', הלכה ה'
  8. מנחות פ"ט מ"ה
  9. מנחות פרק ח'
  10. מנחות פרק ט' משנה ו'
  11. מנחות ק"ד:, משנה תורה הל' עבודת הקרבנות פי"ב ה"א
  12. מנחות מ"ד ע"ב, זעה תוס' ד"ה כיון אז נאר ווען מען האט געברענגט א קרבן דעמאלטס האט מען זיכער געזינגען ביים גיסן די וויין, אבער אויב מען ברענגט נאר א מנחה אן קיין קרבן איז א איבעיא אין די גמרא אויב מען האט געזינגען ביים גיסן די וויין, אבער טראץ דעם האלט רבי אז ווייל מ'האט געזינגען שירה אויף די וויין ווען מ'האט געברענגט א קרבן איז עס שוין גענוג חשוב צו ווערן געגאסן פארן מקריב זיין די מנחה