בֶּן הֵא הֵא איז א תנא וואס ווערט דערמאנט איין מאל אין משניות. לויט די אנגענומענע מיינונג, האט ער געלעבט אין די תקופה פון די זוגות, אין דור פון הלל הזקן.

טייל האלטן אז בן הא הא און בן בג בג, וואס ווערט ציטירט גלייך פאר אים אין די משנה, זענען דער זעלבער מאן[1].

לויט תוספות, זענען בן בג בג און בן הא הא געווען גרים, און זייערע נעמען זענען רמזים דערויף: ה', און "בג" וואס איז גימטריא ה', צייגט אויף אברהם און שרה צו וועמען מען האט צוגעלייגט א ה' צו זייער נאמען[2]. אנדערע זאגן אז די צונעמען האט מען זיי געגעבן זיי צו באהאלטן פון מלשינים צו די רוימישע אימפעריע וואס פלעגט נאכיאגן גרים[3], און דער תוספות יום טוב שרייבט אז מען האט זיי נישט גערופן ביים נאמען וויבאלד זיי האבן נישט מאריך ימים און זענען נישט געווארן מוסמך להוראה, אזוי ווי מען טרעפט ביי בן עזאי[4].

זיין מימרא ערשיינט איו מסכת אבות און איז אין אראמיש:

לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא

לויט די סאך צער וואס א מענטש ליידט וועגן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, אזויפיל וועט פארמערט ווערן זיין שכר.

דער אר"י האט מגלה געווען אז בן הא הא ליגט אין דער געגנט פון עין זיתים, אבער מען קען נישט טרעפן דעם גענויעם ארט[5].

בר הי הי

אין גמרא[6] ווערט געברענגט עטליכע שמועות פון א חכם מיט'ן נאמען בַּר הֵי הֵי, וואס איז לכאורה דער תנא בן הא הא (אויף אראמיש). אין צוויי פעלער קערט ער זיך מיט שאלות צו הלל. אין איינע פון זיי, איז ער דן אין די ווערטער פונעם נביא איבער דער גרויסער יום הדין לעתיד לבוא{{הערה|מלאכי ג, יח: "וְשַׁבְתֶּם וּרְאִיתֶם [דער חילוק וואס וועט זיין] בֵּין צַדִּיק לְרָשָׁע בֵּין עֹבֵד אֱלֹקִים לַאֲשֶׁר לֹא עֲבָדוֹ".

האט בר הי הי געפרעגט הלל:לכאורה שטייט אין פסוק אן איבריגע איבער'חזר'ונג, ווייל "צַדִּיק" איז דאך "עֹבֵד אֱלֹקִים", און "רָשָׁע" איז "אֲשֶׁר לֹא עֲבָדוֹ", פארוואס זאגט דער נביא איבער זיינע ווערטער?...

אויך ווערט דערציילט אין גמרא אז בר הי הי האט זוכה געווען צו לערנען די פשט אין אן אנדער פסוק פון אליהו הנביא[6].

די אנגענומענע מיינונג איז אז בר הי הי איז דער זעלבער בן הא הא (אויף אראמיש), און הלל איז דער ערשטער הלל הזקן[7]. טייל נעמען אבער אן אז דאס איז א שפעטערער הלל, וועלכער איז געווען אן אמורא[8]; לויט דעם איז מעגליך אז בר הי הי איז נישט דער זעלבער ווי בן הא הא דער תנא[9], אדער איז עס יא דער זעלבער, און בן הא הא זעלבסט איז געווען אן אמורא וואס זיינע רייד זענען שפעטער צוגעלייגט געווארן צו די משנה[10].

רעפערענצן

  1. רבי יהודה הברצלוני, פירוש לספר יצירה עמוד 7, בשם יש אומרים; רבי מנחם המאירי, משנה, אבות ה, כב, בשם שמעתי; רבי יוסף אבן נחמיאש, אבות דארט, בשם רבי יהודה בן הרא"ש; רבי אברהם זכות, ספר יוחסין, מאמר א אות ה, בשם שמעתי. דער מיינונג ווערט אבער אפגעווארפן אין ערכי תנאים ואמוראים, ערך יוחנן בן בג בג; רבי יהודה הברצלוני, דארט; רבי אברהם זכות, דארט; סדר הדורות, ערך בן בג בג. אין פירוש המשניות להרמב"ם, הקדמה, ווערן זיי אויסגערעכנט באזונדער.
  2. תוספות, חגיגה ט, ב, ד"ה בר הי
  3. רבי שמואל די אוזידא, מדרש שמואל אבות ה כב, בשם רשב"ם בשם זיין פעטער רבי יהודה בן הרא"ש
  4. תוספות יום טוב, אבות ה, כב

  5. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    ישראל הערצבערג – ישראל מאיר גבאי, מקומות קדושים וקברי צדיקים בגליל ב, ירושלים תשע"א, זייט 225
  6. 6.0 6.1 חגיגה ט, ב
  7. רבי שלמה אלגאזי שרייבט אז בן הא הא איז געווען דער וועלכער איז געקומען צו הלל הזקן זיך מגייר זיין מיטן תנאי אז ער וועט ווערן דער כהן גדול, און שפעטער האט ער זיך מגייר געווען לשמה, ווי פארציילט אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".שבת לא, א. גופי הלכות, דף קמ"ג עמוד ב'.
  8. רבי שמשון בן צמח דוראן, תשב"ץ חלק ראשון, סימן קל"ו. זעט אויך ספר יוחסין, מאמר א אות ה; כנוס סופרים, ערך בר הא הא
  9. רבי אהרן היימאן, "בר הא הא", תולדות תנאים ואמוראים, לאנדאן תר"ע
  10. ישעיה אשר זעליג מיללער, סדר הדורות חלק שני, מילואים אות קכ"ו