נסכים איז די צוגאב וואס מען ברענגט צוזאמען מיט געוויסע קרבנות וואס באשטייט פון א מנחה צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעהל מיט אויל, און וויין. טייל מאל ווערט נאר די וויין אנגערופן "נסכים" און טייל מאל ווערט די גאנצע צוזאמשטעל פון די מנחה מיט די וויין אנגערופן נסכים. די מנחה זעלבסט ווערט טיילמאל אנגערופן "מנחת נסכים"[1].

פון וואס באשטייט די "נסכים"

די נסכים באשטייט פון צוויי חלקים. איין חלק איז דער מנחה וואס איז צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעהל אויסגעמישט מיט אויל, דערויף האט מען ארויפגעלייגט זאלץ, און מען האט דאס מקריב געווען אויפן מזבח החיצון. דער צווייטער חלק איז געווען די וויין, וואס דאס האט מען געגאסן אויפן מזבח. עס זענען דא וואס זאגן אז מ'האט דאס געגאסן אין איינס פון די צוויי גאלדענע שיסלען וועלכע זענען געליגן אויפן מזבח אין די לעכער וואס האבן דערגרייכט די שיתין[2], און עס זענען דא וואס זאגן אז מ'האט דאס געגאסן אויפן "יסוד המזבח" [3].

די מאס פון די נסכים

די מאס פון די נסכים איז איינגעטיילט צעווישן די פארשידענע סארטן בהמות פון וואס מען ברענגט די קרבן. פאר א קרבן וואס קומט פון "שאף" און "ציגן" דארף מען ברענגען איין עשרון זעמל מעהל, א פערטל לוג אויל, און א פערטל לוג וויין. פאר א "ווידער" צוויי עשרונים, א דריטל לוג אויל, און א דריטל לוג וויין. פאר שטירן און קעלבלעך דריי עשרונים, א האלבע הין אויל, און א האלבע הין וויין[4].

די קוואליטעט פון די נסכים

טראץ דעם וואס אפילו שוואכערע קוואליטעט איז כשר פאר די נסכים איז אבער א מצוה צו ברענגען פון די בעסטע קוואליטעט ווייץ, איילבירטן און טרויבן. אין די צייטן ווען דער בית המקדש איז געשטאנען זענען געווען דעזיגנירטע פלעצער פון העכסטע שטאפל און צווייט שטאפל קוואליטעט פון וואו מ'האט גענומען די פראדוקטן פאר די נסכים[5].

מיט וועלכע קרבנות האט מען געברענגט נסכים

יעדע קרבן עולה פון א בהמה און א קרבן שלמים, סיי פון א יחיד און סיי פונעם ציבור ווי צום ביישפיל די קרבן התמיד, ווי אויך א חטאת און אן אשם פון א מצורע, האבן געדארפט האבן נסכים. אבער אלע אנדערע חטאות און אשמות האבן נישט געדארפט קיין נסכים.





רעפערענצן

  1. ראה מנחת חינוך מצוה רצ"ט אות ב'
  2. השגת הראב"ד הל' עבודת הקרבנות פ"ב ה"א
  3. משנה תורה הל' עבודת הקרבנות פ"ב ה"א
  4. במדבר טו
  5. מנחות פ"ט מ"ה