נסכים

ווערסיע פון 01:27, 15 יוני 2023 דורך משתתף (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> '''נסכים''' איז די צוגאב וואס מען ברענגט צוזאמען מיט געוויסע קרבנות וואס באשטייט פון א מנחה צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעהל מיט אויל, און וויין. טייל מאל ווערט נאר די וויין אנגערופן "נסכים" און טייל מאל ווערט די...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

נסכים איז די צוגאב וואס מען ברענגט צוזאמען מיט געוויסע קרבנות וואס באשטייט פון א מנחה צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעהל מיט אויל, און וויין. טייל מאל ווערט נאר די וויין אנגערופן "נסכים" און טייל מאל ווערט די גאנצע צוזאמשטעל פון די מנחה מיט די וויין אנגערופן נסכים. די מנחה זעלבסט ווערט טיילמאל אנגערופן "מנחת נסכים"[1].

פון וואס באשטייט די "נסכים"

די נסכים באשטייט פון צוויי חלקים. איין חלק איז דער מנחה וואס איז צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעהל אויסגעמישט מיט אויל, דערויף האט מען ארויפגעלייגט זאלץ, און מען האט דאס מקריב געווען אויפן מזבח החיצון. דער צווייטער חלק איז געווען די וויין, וואס דאס האט מען געגאסן אויפן מזבח. עס זענען דא וואס זאגן אז מ'האט דאס געגאסן אין איינס פון די צוויי גאלדענע שיסלען וועלכע זענען געליגן אויפן מזבח אין די לעכער וואס האבן דערגרייכט די שיתין[2], און עס זענען דא וואס זאגן אז מ'האט דאס געגאסן אויפן "יסוד המזבח" [3].

די קוואליטעט פון די נסכים

טראץ דעם וואס אפילו שוואכערע קוואליטעט איז כשר פאר די נסכים איז אבער א מצוה צו ברענגען פון די בעסטע קוואליטעט ווייץ, איילבירטן און טרויבן[4].

מיט וועלכע קרבנות האט מען געברענגט נסכים

יעדע קרבן עולה פון א בהמה און א קרבן שלמים, סיי פון א יחיד און סיי פונעם ציבור ווי צום ביישפיל די קרבן התמיד, ווי אויך א חטאת און אן אשם פון א מצורע, האבן געדארפט האבן נסכים. אבער אלע אנדערע חטאות און אשמות האבן נישט געדארפט קיין נסכים.





רעפערענצן

  1. ראה מנחת חינוך מצוה רצ"ט אות ב'
  2. השגת הראב"ד הל' עבודת הקרבנות פ"ב ה"א
  3. משנה תורה הל' עבודת הקרבנות פ"ב ה"א
  4. מנחות פ"ט מ"ה