טויער פון דער קראקעווער געטא

דאס ווארט געטא שטאמט פון איטאליעניש. אין דער מיטל אלטער אין איטאליע זענען געווען קליינע היימישע דערפלאך וואו אידן האבן געוואוינט מיט אן אייגענער קולטור. די ערשטע געטא איז געווען אין ווענעדיג.

דאָס וואָרט געטאָ אין באַציונג צו די קאַטעסטראָפע פונעם אידנטום אין דער צווייטער וועלט מלחמה, איז אַ וואוינונג־פערטל וואוּ די דייטשן האָבן באַוועגט אַהין אידן איבערהויפּט פון מזרח־אייראָפּע בשעת דער צווייטער־וועלט־קריג.

כסליו ה'ת"ש (סוף 1939) האט דער נאציסטישער הויפט קאמאנדאנט ריינהארד היידריך באפעלט צו צענטראליזירן און צונויפנעמען אלע אידן פון מזרח פוילן אין איינציקע ענגע וואוינונג-פערטלעך וואס זאל זיין נעבן א קרייצוועג פון באנען.

די געטאס האבן באדינט די נאציס צו קאנטראלירן אויף די אידן, און קענען אויספירן זייער אידיאלאגיע פון פארניכטן דעם אידישן פאלק. אין די געטאס האט מען שטארק געפייניקט און דערנידערט די אידן גייסטליך און פיזיש, ארום 20 פראצענט אידן פון די גרויסע געטאס זענען געשטארבן פון פיין, געצוונגטע ארבעט, הונגער אא"וו. אבער פאר די דרויסנדיקע וועלט האבן די נאציס באהאלטן זייערע אומפארשעמטע אקטן, און דערקלערט אז די געטאס זענען גוטע אויטאנאמישע פלעצער פאר די אידן.

די גרעסטע געטא איז געווען די ווארשעווער געטא מיט ארום 450,000 מענטשן און דערנאך לאדזשער געטא מיט ארום 200 טויזנט מענטשן. די נאציס האבן באשטימט א יודענראט (א ראט פון אידן) זאל קאנטראלירן און מאכן ארדענונג אין די געטאס.

דאס לעבן אין דער געטא

דאס לעבן אין דער געטא איז געווען שרעקלעך אין אלערליי תחומים:

  • ענגשאפט: דאס לעבן אין געטא איז געווען זייער ענג, ווי צב"ש אין דער ווארשעווער געטא האבן די נאציס אריינגעשטופט צווישן 15 ביז 20 מענטשן אין איין קליין צימער. וואס דערפאר האבן די מענטשן פארברענגט א גאנצן טאג אין די גאסן און נישט געזעצן אין שטוב.
  • ריינקייט: איז געטא איז נישט געווען זייף און גענוג וואסער צו רייניקן דעם קערפער, און דאס האט גורם געווען צו פארשפרייטן שרעקליכע אנשטעקיקע קראנקייטן ווען מעדיצינען איז נישט געווען.
  • היץ: אין געטא איז נישט געווען קיין אויוונס, למשל אין לאדזשער געטא האבן מענטשן אפגעריסן פענסטערס, בעטן, טירן אד"ג כדי צו האבן מיט וואס זיך אנווארעמען. פיל מענטשן זענען געשטארבן פון קעלט.
  • הונגער: די באשטימע מאס עסן אין געטא איז געווען זייער ווייניק, בלויז 184 קאלאריען א טאג פאר א מענטש, וואס דאס איז ווייניקער פון 10 פראצענט פון וואס א מענטש דארף עסן א טאג. דאס געטא איז געווען אפגעשיידט פון שטאט, און מען האט נישט געקענט אריינבריינגען עסן פון דערויסן. אזוי האבן פיל מענטשן, (א פערטל פון רוב געטאס), איבערהויפט קינדער, געשטארבן, אויך אלס דעם האט זיך אנטוויקלט פיל כוליגאנישקייט אין די גאסן, מען האט געכאפט עסן איינער פון צווייטן אא"וו. אבער כאטש דעם איסור פון אריינברענגען עסן פון דרויסן האבן אזעלכע מצליח געווען אריינשמוגלען פון דרויסן עסן איבערהויפט אין ווארשעווער געטא וואס 80% פון די שפייז זענען געווען פון דרויסן.
  • דערצאיונג: אין געטא איז נישט געווען קיין פארמאלע שולעס פאר קינדער, נאר אומפארמאלע שולעס וואס זייער ווייניק קינדער האבן זיך מיטגעטיילט. אזוי האבן די קינדער זיך געדרייט פוסט און ליידיג אין די גאסן אין פארלויף פון 3 יאר.
  • אידישקייט: די נאציס האבן פארבאטן צו איינפירן אידישע מצוות און מנהגים, אבער טראצדעם האבן די ערליכע אידן שטילערהייט מקיים געווען תורה און מצוות.
  • ארבעט: די נאציס האבן געצווונגען די אידן ארבעטן געצוונגטע ארבעט (ארבעט אָן א באשטימטן צוועק, ווי צב"ש אריבערפירן שטיינער פון איין ארט צום צווייטן אהין און צוריק). פון אייר ה'ת"ש (יוני 1940) האבן די נאציס געבויט באשטימטע ארבעטס לאגער. פיל ארבעטערס זענען געשטארבן פון די שווערע ארבעט נאך וואס צודערצו זענען זיי געווען הונגעריק.

עס איז אינטערעסאנט צו אויפמערקן אז כאטש די אלע אויסטערלישע שווערקייטן האבן זיך די אידן דערהאלטן, עס איז כמעט נישט געווען קיין זעלבסטמארדער אין די געטאס.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!