רוי:היץ פאמפע

ווערסיע פון 00:10, 9 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 41 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q131313 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א היץ פאָמפע איז א פארגעשריטענער הייצונג און קילונג סיסטעם וועלכע איז נאר געאייגענט פאר הייזער וועלכע געפינען זיך אין שטעט וואו עס ווערט נישט צו קאלט אין די ווינטער.

די היץ פאמפע הנוצט א פאמפע מיט צענדליגער ווענטילאציעס וועלכע פארמאגן יעדע איינע א ספעציעלע רעפרידזשענט וואס איז ווי דינע רערן מיט א געוויסע כעמיקאל דערין. די כעמיקאל איז קאלט און דערפאר ציט עס אריין, מיט די כוח פון די פאמפ, נאר ווארימע לופט. די לופט ווערט דאן געשיקט צו א קאמפרעסאר וועלכע צעדרוקט עס זייער שטארק וואס טוט דאס מאכן הייסער. דערנאך ווערט די הייסע לופט ווייטער פארשפרייט איבער די הויז און אזוי גייט עס ארום און ארום. דאס זעלבע טוט עס אין דער זומער מיט קאלטע לופט און דעמאלט פליסט אריין אן אנדערע כעמיקאל אין די רעפרידזשענט וועלכע איז הייס און ציט אריין אין די ווענטילאציע נאר קאלטע לופט.

ווי געזאגט איז א היץ פאמפע נישט אינטערעסאנט אין א קאלטע ארט וואו די טעמפרעאטור גייט אראפ אונטער 28ºF ווייל דעמאלט איז נישט פאראן קיין ווארימע לופט און די פאמפע סיסטעם קען דאס נישט באשאפן. טייל הייזער פארמאגן עלעקטרישע הייצונג און אויך א היץ פאמפע און אזוי שפארן זיי זיך עלעקטריע ווייל די היץ פאמפע פארשפרייט בעסער די ווארימע לופט.

זע אויך

צענטראלע הייצונג

הייסע לופט סיסטעם

סטים סיסטעם

עלעקטריק הייצונג סיסטעם

קאמין