רוי:הינדו קוש

ווערסיע פון 06:57, 17 מאי 2015 דורך YI>פוילישער (געשאַפֿן בלאַט מיט 'קליין|הינדו קוש '''הינדו-קוש''' (פערסיש: '''هندوکش''') איז א בארג ק...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
הינדו קוש

הינדו-קוש (פערסיש: هندوکش) איז א בארג קייט וואס ציט זיך אויס פון אפגאניסטאן ביז די צפונדיקע געגנטן פון פאקיסטאן.


די בערג

אין דעם מזרחדיקן טייל פון דער קייט דערגרייכן די בערג צו א הייך פון מער ווי 6000 מעטער. דער העכסטער שפיץ אין דער קייט איז טיריטש-מיר אין פאקיסטאן וואס איז הויך עטלעכע 7,690 מעטער.

וואס מער מ'גייט צו מערב ווערט נידעריגער די הייך, ביז אינמיטן דער קייט, אין געגנט פון קאבול, זענען די בערג הויך צווישן 4,000 און 6,000 מעטער, און אין דעם מערבדיקן טייל צווישן 3,500 און 4,000 מעטער. די קייט איז לאנג 800 ק"מ.

היסטאריע

אין יאר 327 פאר דער ציווילער רעכענונג האט אלעקסאנדער דער גרויסער געפירט זיין מיליטער דורך איינעם פון די פאסאזשן אין דער קייט ווען ער האט אינוואדירט אינדיע פון צפון.

יארן לאנג איז די קייט געווען א פעסטונג וואס האט פארמיטן דעם דורכגאנג פונעם סאוועטן פארבאנד קיין אפגאניסטאן און פאקיסטאן, אבער אין 1964האבן סאוויעטע אינזשענירן געגראבט א טונעל דורך די בערג און האבן אויסברוקירט א שאסיי וואס פארבינדט צווישן דעם סאוועטן פארבאנד מיט פאקיסטאן. מוסטער:אזיע-געא-שטומף