טעקע:5B88U4ETAFQ57526TDJ7AVLe.t1024u.jpg
הרב שמחה בונם סופר
טעקע:B07Y4De7brKeJH06tM6y6PRa.t1024u.jpg
דער בית מדרש וואו דער "שבט סופר" און זיין פאטער האבן געלערנט.

רבי שמחה בונם סופר-שרייבער (פרעשבורג, כ"ה כסלו ה'תר"ג - פררנקפורט, ט"ו כסלו ה'תרס"ז) - איז געווען דער רב פון פרעשבורג (היינט בראטיסלאווע, סלאוואקיע) און ראש ישיבה דארט. ער איז געווען דער דריטער דור פון פרעשבורגער רבנים און מען רופט אים דעם "שבט סופר" אויפן נאמען פון זיין ספר אויף שלחן ערוך און אויף מסכתות פון תלמוד בבלי. אין זיין תקופה אלס רב האט די פרעשבורגער יידישע געמיינדע זיך צעשפאלטן, און מען האט אויפגעשטעלט א נעאלאגישע געמיינדע.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן דאס ערשטע חנוכה ליכטל, דער דריטער זון פון רבי שמואל וואלף סופר, דער "כתב סופר", א זון פונעם חתם סופר. ער איז אויפגעוואקסן אין זיין פאטער'ס הויז און דארט האט ער איינגעזאפט א חינוך פאר אהבת התורה, אויסגעצייכענטע מידות און יראת שמים. ער האט געלערנט אין זיין פאטער'ס ישיבה, און האט זיך אויסגעצייכענט אין זיין התמדה, און צניעות. ער האט געלערנט בחברותא מיט עקיבא יוסף שלעזינגער. רבי שמואל ראזנבערג (דער אונסדארפער רב), וואס האט געלערנט אין דער ישיבה, האט געזאגט אויף אים  אז ער לערנט זעקס בלאט גמרא אין איין שעה, און אז עס "ליגט ביי אים אין א שעכטל".[1] ער האט חתונה געהאט מיט רחל, די טאכטער פון איינער פון די יידישע עשירים אין ווין, דער גביר "פרץ ניימאן". זיין שווער האט אים געשטיצט מיט א ברייטער האנט כדי ער זאל קענען לערנען ווייטער. ער האט געלערנט אין דער ישיבה און האט געהאלפן זיין פאטער פירן די ישיבה. נאך דריי יאר איז ער אריבער וואוינערן אין ווין וואו ער געפירט זיין שווער'ס געשעפט פון זיידן. ביי דער ארבעט האט ער נישט אויפגעהערט צו לערנען תורה, און ער האט געהאלטן א קארעספאנדעץ מיט די גדולי תורה פון זיין דור. פיל קהילות האבן געוואלט אים באשטימען פאר זייער רב אבער האט אפגעזאגט. ער איז געווען זיין פאטער'ס דריטער זון, און נישט דער בכור, אבער זיין פאטער דווקא אים אויסגעקליבן צו ווערן זיין ממלא מקום.

רב פון פרעשבורג און ראש ישיבה

ביי די 29 יאר איז רבי שמחה בונם ארויף אויפן רבנות שטול, און ער איז געווען באוואוסט פאר זיין לומדות און שארפקייט. די תלמידים פון דער ישיבה פלעגן זאגן:[2]

דער חתם סופר - איז געווען א מרא דכולי ביה. (ער האט געהערשט אין אלע געביטן פון תורה).
דער כתב סופר - איז געווען א בעל סברה.
און דער שבט סופר - איז געווען דער סימבאל פון חריפות.

אלס רב פון פרעשבורג, האט ער פארגעזעצט פירן א קאמף קעגן אסימיליזאציע, און האט געקעמפט קעגן די נעאלאגן. פון צייט צו צייט איז ער געפארן אין ווין, די הויפטשטאט פון דער אימפעריע, צו פירן די ענינים פון זיין קהילה כלפי דער רעגירונג.

זיינע לעצטע יארן

אין יאר ה'תר"ס איז רבי שמחה בונם געווארן שוואך און האט מער נישט געהאט כח צו געבן זיינע כסדרדיגע שיעורים. דעמאלסט האט ער באשטימט זיין איינציגן זון  רבי עקיבא סופר, דעמאלסט א יונגערמאן, צו העלפן אים אין דעם רבנות. אין ה'תרס"ו איז ער געפארן קיין פראנקפורט צו זוכן א היילמיטל פאר זיין קראנקייט, און איז געבליבן דארט א לענגערע צייט. ט"ו בכסלו ה'תרס"ז, אין דעם חודש ווען ער וואלט געווען אלט 64 יאר, איז ער נפטר געווארן. די פראנקפורטער קהילה האט געוואלט אז מען זאל באערדיגן רבי שמחה בונם דארט, אבער די פרעשבורגער קהילה האט נישט מוותר געווען און מען האט אים קובר געווען אין דעם ארטיגן בית עולם.

דרויסנדע לינקס

  • ישראל ערליך, די  פרעשבורגער קהילה, דעת אתר לימודי יהדות ורוח
  • שלמה סופר, אבל כבד, דער הספד וואס זיין יונגערער ברודער רבי שלמה האט מספיד געווען דעם "שבט סופר" ביי זיין לוויה.

רעפערענצן

  1. הרב יוסף ליברמן, בהקדמה ל"שבט סופר" על כתובות וגיטין
  2. יונגרייז א', "ישיבת החתם סופר בפרשבורג", בתוך: מירסקי שמואל, מוסדות תורה באירופה בבניינם ובחורבנם, הוצאת עוגן, ניו יורק, תשט"ז, עמ' 488.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!