רוי:שווארץ סלאנים

ווערסיע פון 22:53, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")

שווארצער סלאנים ווערט אנגערופן דער צווייג פון סלאנים וואס שטייט אונטער דער הנהגה פון אברהם וויינבערג פון בני ברק. ער איז אויפגענומען געווארן אלס סלאנימער רבי נאך דעם וואס זיין ווייבס זיידע דער ברכת אברהם פון סלאנים איז נפטר געווארן. דער הויפט בית מדרש, "באר אברהם", געפינט זיך אינעם עזרת תורה געגנט אין ירושלים.

דער אדמו"ר רבי אברהם וויינבערג איז אן איידעם ביי הרב שמואל וויינבערג, זון פון אברהם וויינבערג, דער "ברכת אברהם", און אן אייניקל פון יוסף וויינבערג, פלומעניק פון רבי אברהם וויינבערג דער דריטער. ער פירט די מוסדות "באר אברהם" און וואוינט אין בני ברק. זיי האבן אויפגעשטעלט קהילות און מוסדות אין ירושלים, בני ברק, בית שמש, רחובות, אלעד און אשדוד, ווי אויך אין די פאראייניגטע שטאטן (בארא פארק, וויליאמסבורג און מאנסי), ענגלאד, בעלגיע און דער שווייץ. דאס חסידות האט 800 משפחות אין דער וועלט.

דער סלאנימער רבי פירט זיין עדה חסידים מיט א שטארקייט און פעסטקייט, און מיט זיינע געוואלדיגע ידיעות בתורה ובחסידות לאזט ער זיך הערן בכל עת מצוא. דער רבי איז באקאנט מיט זיין קלוגשאפט און כאריזמאטישקייט, ווי אויך פראקטישקייט, דערצו איז ער אויך א גרויסער מחדש און ווארפט כסדר נייע בליצן און ווערטלעך. אויך איז ער א גרויסער ידען אין סיפורי צדיקים, זיינע מלוה מלכה'עס יעדע מוצאי שבת זענען דורכגעפלאכטן מיט פארצייטישע סיפורים פון פארשידענע הויפן.

די סיבה פארוואס מרופט זיי שווארצע איז ווייל די קבוצה וואס האט זיך אפגעטיילט נאך בחייו פון דעם פריערדיגן רבי און האט מכתיר געווען זיין איידעם בעל נתיבות שלום בערך א חודש איידער ער איז נפטר געווארן האט זיי אנגערופן שווארצע חסידים און אזוי איז געבליבן זייער נאמען אין דער גאס.

דער סלאנימער רבי האט פיר קינדער:

  • ר' יצחק אייזיק, זיווג ראשון איידעם פון ר' וועלוועל טווערסקי, בזיווג שני (נאך די ערשטע ווייב איז נפטר געווארן), איידעם פון טייטלבוים
  • איידעם ר' דב בעריש שניאורסון, זון פון ר' יוסף משה שניאורסון
  • איידעם ר' ישעיה אשר פנט, זון פון דעעשע רבי זצ"ל פון רמות
  • ר' יוסף, זיווג ראשון איידעם פון בוהוש'ער רבי, בזיווג שני איידעם פון ר' משה גולינסקי ע"ה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!