רוי:רבי שמעלקא פינטער

ווערסיע פון 22:50, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")

הרב שמואל שמעלקא פינטער (י"א אדר א' תרע"ט - י"א תמוז תשנ"ד) איז געווען א בריטישער רב  פון די פירער פון  חרדישן אידנטום אין לאנדאן. ער איז געווען פערציג יאר דער מנהל פון די יסודי התורה מוסדות און איז געווען דער פארזיצער פון אגודת ישראל אין בריטאניע.

לעבנסגעשיכטע

ער איז געבוירן געווארן אין ווין י"א אדר תרע"ט צו זיין פאטער הרב חיים פינטער רב פון בוקאווסק אין גאליציע. ביי דער ערשטער וועלט-מלחמה איז די משפחה אנטלאפן קיין ווין אזוי א סך גאליציאנער אידן. ער האט געלערנט אין דער צעהלימער ישיבה ביי הרב לוי יצחק גרינוואלד. אין ווין האט ער אויך געלערנט ביים "ראגאטשאווער", הרב יוסף ראזין, וואס איז געווען אין ווין פאר א רפואה פאר זיינע אויגן, און ער האט פארגעליינט ספרים פאר אים. עטליכע יאר האט זיין פאטער געשיקט אים קיין בוקאווסק, וואו זיין ברודער הרב אברהם פינטער האט איבערגענומען דאס רבנות. פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה האט ער געדאנזשעט אימיגרירן אין ענגלאנד, וואו ער האט געוואוינט אינעם איסט ענד פון לאנדאן. ער האט זיך געצויגן קיין סטעמפארד היל וואו ער האט געעפנט א שטיבל מיטן נאמען ישועת חיים. ער האט חתונה געהאט מיט מרת פעשא, די טאכטער פון רבי ישראל אריה מרגליות, פרעמישלאנער רבי אין לאנדאן. די לאנדאנער רבנים (צווישן זיי שלום מאסקאוויט, שאצער רבי, און הרב יחזקאל אבראמסקי) האבן אים דערמוטיקט איבערצונעמען די פירערשאפט פון דער "יסודי התורה" תלמוד תורה (געגרינדעם דורכן דענקאווער רב, הרב ישכר פרדס) וואס צענדליקע יאר זענען געווען די צענטראלע חינוך מוסדות אין סטעמפארד היל.

ער איז געווען דער פארזיצער פון אגודת ישראל פון בריטאניע. נאך זיין ווייב'ס פטירה האט ער געהייראט בזיווג שני מרת באבטשע, טאכטער פון רבי פינחס שלום פון קאסא, די אלמנה פון רבי אברהם אייכנשטיין פון זידיטשוב שיקאגא און זיין מחותנסטע.


ער איז נפטר געווארן י"א תמוז תשנ"ד און מען האט אים באגראבן אין דעם עדת ישראל בית עולם אין ענפילד, לאנדאן.

ביבליאגראפיע

  • אליהו קויפמאן, צדיק כתמר יפרח, תולדות חייו פון רבי שמעלקא, 2005.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!