רוי:רבי הערשל האגער

ווערסיע פון 21:50, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")
רבי הערשל האגער

הרב צבי "הערשל" האַגער (געבוירן תשל"ג) איז דער רב פון בית־המדרש "עטרת צבי" אין גאלדערס גרין, לאנדאן, און איז פאראנטווארטלעך אויפן כשרות פונעם אלגעמיינעם עירוב אין נארד־וועסט לאנדאן. ער איז א מומחה אויף עירובין און ווערט באראטן ווען מען שטעלט אויף עירוב'ס אין לאנדאנער גאסן.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב גרשון האגער, רב פון בית־המדרש "בית ישכר דוב", זון פון רבי הערש האגער, זון פון רבי בעריש האגער פון סטראזשניץ־גאלדערס גרין, זון פון רבי יצחק יעקב דוד האגער, סטראזשניצער רבי, זון פון רבי ברוך האגער, דער "אמרי ברוך", זון פון מנחם מענדיל האגער, דער "צמח צדיק" פון וויזשניץ, און צו זיין מוטער מרת אסתר, טאכטער פון הרב יצחק ניימאן, רב פון קרית חיים.

ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון רבי מנשה קליין, אונגווארער רב. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט עטליכע יאר אין ניו יארק.

היינט וואוינט ער אין לאנדאן און איז רב פון בית המדרש "עטרת צבי" אין גאלדערס גרין. אין יאר תש"פ בשעת דער קאוויד-19 מגיפה איז ער געווען טעטיג אין אויפשטעלן אן עירוב אין דעם דרום טאטנהאם געגנט אין סטעמפארד היל און אויך אויפצושטעלן מהודרדיגע עירובין אין זייט געסעלעך אין גאלדערס גרין.

זיינע ספרים

  • תורת המילואים[1]

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!