רוי:קאראס

ווערסיע פון 21:06, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")
קאראס (דארף)
Nyírkarász
HUN Nyirkarász COA.jpg
Nyirkarasz2016.jpg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Hungary.svg אונגאַרן
גרינדונג דאַטע 14טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 48°05′47″N 22°06′02″E / 48.09639°N 22.10056°E / 48.09639; 22.10056 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
ראַיאָן סאבאלטש-סאטמאר-בערעג
דיסטריקט קישווארדא
בירגערמייסטער יוזשעף סאלמאשי
שטח 41.4 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין דארף
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

2,297‏  (שטייענדיג 2011)
55,73 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+1
www.nyirkarasz.hu

קאראס אדער ניר-קאראס (אונגעריש: Nyírkarász אדער Karász) איז א דארף אין סאבאלטש-סאטמאר-בערעג ראיאן, אונגארן, 13 ק"מ דרום פון קליינווארדיין און 33 ק"מ צפון־מערב פון נירעדהאז. דאס דארף האט א באפעלקערונג פון 2,297 (לויטן צענזוס פון 2011).

אידן האבן זיך באזעצט אין קאראס אין די אנפאנג דעם 18טן יארהונדערט. עס איז געווען א שול, תלמוד תורה און א חדר. די געמיינדע האט געהאט א רב, שוחט, מלמד און שמש. אין 1880 זענען געווען 220 אידן אין קאראס.[1] רבי משה אברהם אייזענבערגער איז געווען רב און א מורה הוראה אין קאראס, צווישן 1850 און 1890.[2] אין די יארן פאר דעם צווייטן וועלט קריג, איז געווען רבי משה נחמיה ליפשיץ דער שוחט ומו"ץ אין קאראס.[3] אין 1930 זענען געווען 164 אידן אין דער קהילה.[1]

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 "קאראס", אויף "JewishGen" (ענגליש)
  2. זעט: ספר עין הבדולח: חידושים על סוגיות הש"ס, ניו יורק: הרב זכריהו עלעפאנט, תש"ד, בלאט 4: "...בת אבי זקני הרב משה אברהם אייזענבערגער זצ"ל, שהיה דודו... והיה מתלמידי מרן הגאון חתם סופר, ומורה הוראה בעדתו עיר קאראס ארבעים שנה והיה יושב אהלים באהלה של תורה ולא מש התורה מפיו יומם ולילה...".
  3. זעט זיין ספר שערי אברהם, תרצ"ו. און זעט: יצחק יוסף כהן, חכמי הונגריה, ירושלים: מפעל מורשת יהדות הונגריה, מכון ירושלים, 1996, עמ' 526: "בישוב ניר־קאראס שליד קליינווארדיין שימש כשוחט ומו"ץ ר' משה נחמיה ב"ר אברהם ליפשיץ... נספה כנראה בשואה".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!