רוי:הושענא רבא

ווערסיע פון 07:09, 5 אפריל 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 10 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q524418 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

הושענא רבא איז דער לעצטער טאג פון דעם יו"ט סוכות, עס מיינט "פילע הושענא'ס" צוליב די פילע געבעטען וואס מען זאגט ביים דאווענען אין דעם דאזיגן טאג, מיט דעם ווארט "הושענא".

אין צייטן פון בית המקדש האבן כהנים ארום שפאנצירט די מזבח מיט בינטלעך ערבות זינגענדיג געזאנגען. אלס א געדענקעניש צום ביהמ"ק שפאנצירט מען ארום דעם באלעמער מיטן לולב און אתרוג זיבן מאל זאגנדיג א באזונדערע "הושענא" געבעט יעדעס מאל באזונדער. אויפן באלעמער שטייט מען מיט זיבן ספרי תורות. אין צאנז בלאזט מען שופר צווישן יעדע רינג.

דער טאג ברענגט מיט זיך א פארכטיגע געמוט אזוי ווי ימים נוראים, עס איז אנגענומען אז דער טאג איז דער גמר דין פון די נייע יאר וואס הייבט זיך אן אום ראש השנה, דעריבער וואונטש מען זיך מיטן וואונטש "א גוט קוויטל" וואס ווייזט אויף די ענדגילטיגן וואונטש צום נייעם יאר.

דאס דאווענען איז אויפן ימים נוראים סטיל, דער בעל תפלה טוט אן א קיטל, די ניסוח איז די זעלבע ווי ימים נוראים, טייל האבן דעם מנהג צו זאגן שיר המעלות ממעמקים נאך ישתבח, איידער קריאת התורה זאגן טייל די שלש עשרה מדות און דעם זעלבן יהי רצון ווי די ימים נוראים.

געוויסע חסידישע רבי'ס האלטן עמאציאנאלע רעדעס צו ערוועקן אידן צו טאן תשובה .


מען נעמט א בינטל מיט 5 ערבות וואס רופט זין "הושענות", אין מ'קלאפט דאס אויף דער ערד.

פון דא נעמט זיך דאס שפריכווארט "ווערד ווי אויסגעקלאפטע הושענות" צוליב וואס מען ניצט נישט איבער די זעלבע הושענות נאכדעם וואס מ'האט שוין געקלאפט דערמיט.

תיקון ליל הושענא רבה

הושענא רבה ביינאכט זענען דא פארשידענע מנהגים. מען ליינט גאנץ ספר דברים (אסאך ליינען בציבור פון א ספר תורה) און מען ענדיגט גאנץ תהלים (נאָך יעדן ספר זאגט מען א ספעציעלן יהי רצון). ס'איז אויך דא אזעלכע וואס קוקן אויפן שאטן ביים ליכט פון דער לבנה כדי צו דערגיין וואס וועט פאסירן אין קומענדיגן יאר. מוסטער:ייִדישע חגים