רוי:טעלזער ישיבה

ווערסיע פון 17:52, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")

די טעלזער ישיבה איז געגרינדעט געוואָרן אין דעם שטעטעלע טעלז, ליטע, אין יאָר ה'תרל"ה. אירע ערשטע פּיאָנערן און פירער זענען געווען די רבנים רבי זלמן אבל, מאיר אַטלאַס און רבי צבי יעקב אָפּענהיים. די דאָזיקע דריי גדולים זענען דאַן נאָך געווען יונגעלייט. אין יאָר תרמ"א (1881) איז אויפגענומען געוואָרן אַלס רב אין טעלז הרב אליעזר גאָרדאָן און מיט זיין אָנקומען אין טעלז פאַנגט זיך אָן דער וואוקס און אויפבלי פון דער ישיבה. הגר"א גאָרדאָן איז פריער געווען רב אין קעלם און האָט אויך דאָרט אָנגעפירט מיט אַ "קיבוץ" פון דערוואַקסענע לומדי תורה. נאָך זיין פטירה איז זיין איידעם הרב יוסף לייב בלאָך געוואָרן זיין ממלא מקום. ער האָט געהאַט דריי זין, הרב אברהם יצחק, זיין ממלא מקום, רבי זלמן (שווער פון רבי מרדכי גיפטער) און רבי אליהו מאיר.

די טעלזער ישיבה איז געווען איינציגאַרטיג אין דער ישיבה'שער וועלט מיט אירע פּעדאַגאָגישע סדרים.

היינט געפינט זיך די ישיבה אין קליוולאַנד, אָהאַיאָ, פאַראייניגטע שטאַטן.

זעט אויך

רעפערענצן

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!