פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ חסידות, פאריגער, עיקר חיבור, הויף ארט, נאכפאלגער, נומער אין דינאסטיע ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

דער קאמארנער
רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין
געבורט כ"ה שבט ה'תקס"ו
פטירה י' אייר ה'תרל"ד (אלט: 68)
קאמארנא, גאליציע, עסטרייכער אימפעריע (היינט אוקריינע)
מקום קבורה קאמארנא, גאליציע
תקופת הפעילות כ"א אב ה'תקע"חי' אייר ה'תרל"ד (55 יאָרן)
רבי'ס רבי צבי הירש פון זידיטשוב; רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)
ספרים חומש היכל הברכה; נוצר חסד; אוצר החיים און נאך
ווייב מרת גיטל טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו
קינדער רבי אליעזר צבי סאפרין
נוסח פון זיין מציבה
כתר תורה
פ”נ י’ אייר תרל”ד
אדונינו מורינו ורבינו, רבן של ישראל, מאור הגולה, עמוד הימיני פטיש החזק, מופת הדור, הגאון קדוש אלקי, אספקלריא המאירה, אור מופלא ומכוסה, גאון הגאונים קודש הקדשים, מרא דרזין דנהירין ליה שבילי דרקיע כשבילי דנהר דעה, בוצינא קדישא, חסידא ופרישא, המפורסם בקדושתו וענוות צדקתו, עמוד ברזל, צדיק יסוד עולם, אור שבעת הימים, אוהב ישראל
מרן רבינו מוהר”ר
יצחק אייזיק יהודה יחיאל זללה”ה
בהרב הצדיק הקדוש מו”ה אלכסנדר זללה”ה אב”ד דפה
ת.נ.צ.ב.ה.

רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין (כ"ה שבט ה'תקס"ו, 1806 - י' אייר ה'תרל"ד, 1874) איז געווען דער צווייטער רבי פון די קאמארנא דינאַסטיע.

ביאגראפיע

געבוירן אום כ"ה שבט ה'תקס"ו צו רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין, רב אין זידיטשוב און אין קאמארנא. אין עלטער פון צוועלף יאר איז זיין פאטער אוועק, און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב, וועמען ער האט פאררעכנט אלס זיין רבי מובהק. אין יאר ה'תקפ"ב האט ער געהייראט גיטל, א טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו, און איז געבליבן וואוינען נעבן זיין שווער. מיט דער צייט האט ער אויך אנגעהויבן דארט פירן רעביסטעווע.

א קורצע צייט האט ער געדינט אלס דיין אין זידיטשוב, אבער מען האט אים אראפגעשטעלט פון די רבנות. ער איז געווען דערנידערט, האט געליטן, און אפילו געהונגערט פאַר ברויט. רבי יצחק אייזיק האט געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו זיינע מדריגות אלס שכר פאר די רדיפות וואס ער האט אויסגעהאלטן און אנגענומען מיט ליבשאפט און פרייד. שפעטער איז ער אריבער וואוינען אין שטאט וואו זיין טאטע האט געוואוינט, קאמארנא. דארט האט געלעבט ביז סוף ימיו, און ער ווערט פאררופן אויף איר נאמען "רבי אייזיק'ל קאמארנער".

ער איז געווען דער ערשטער זיך צו באנוצן מיט "סאפרין" אלס משפחה נאמען[א] וואס ער האט פארטוישט פון "אייכנשטיין".

זיין זון רבי אליעזר צבי שרייבט אויף אים[1] אז ער איז געווען א גלגול פון דער "ינוקא" וואס ווערט געברענגט אין זוהר. רבי יצחק אייזיק אליינס שרייבט אויף זיך אז ער איז געבוירן אין יאר "משיח בן יוסף".

רבי יצחק אייזיק ווערט פאררעכנט אלס דער דאמינאנטער און צענטראלער רבי אין די געשיכטע פון ​​ קאמארנא. ער איז געווען באקאנט אלס א בעל מופת, און איז געווען אן אדמו"ר פאר טויזנטער חסידים[2]. ער איז געווען א פרוכטבארער מחבר אין אלע חלקי התורה און בעיקר אין תורת הקבלה, און איז געווארן אנגערופן מיטן טיטל "שר בית הזוהר"[מקור פארלאנגט: וועלכער גדול האט אים אזוי גערופן? אדער כאטש אן אלגעמיינע מקור פון נאנט צו זיין תקופה]. רבי אייזיק'ל איז באקאנט מיט זיינע אריגינעלע פסקים אין הלכה.

זיינע רביס זענען געווען זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב און רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא), און איז אויך אסאך געפארן צו אנדערע צדיקים. ער האט זיך געהאלטן כמעט פאר א דירעקטער תלמיד פונעם בעל שם טוב, כאטש ער איז געווען עטליכע דורות נאך אים, און האט אסאך געהארעוועט צו אויסטייטשן זיין תורה. אין זיינע ספרים האָט ער פאַראייביגט אַסאך דערציילונגען פון די תלמידי בעש"ט[2].

נאך זיין פטירה האט זיין זון, רבי אליעזר צבי סאפרין, איבערגענומען זיין פלאץ.

פאמיליע

  • זיין טאכטער מרת הינדא שרה, חתונה געהאט צו רבי מנשה יעקב קלינבערג גרינדער פון זאלושיץ דינאַסטיע.
  • זיין זון רבי אלכסנדר סענדרסאפרין, איז אוועק נאך אין לעבן פון זיין טאטע.
  • זיין זון רבי אליעזר צבי סאפרין פון קאמארנא זי”ע.

זיינע ספרים

שרייבן ספרים האט ער געהאלטן אלס די הויפט ווערק פון זיין, ער האט געשריבן אסאך ספרים אין וועלכע ער האט צוזאמגעשטעלט קבלת האר"י מיט תורת הבעש"ט, אריינגערעכנט צווישן זיי:

אזוי אויך האט ער געשריבן א צאל ספרים אין תורת הנגלה אן הלכה, ווי פאלגנד:

באזונדער איז זיין ספר מגילת סתרים וואס פארמאגט צוויי אפטיילן. דער ערשטער איז "ספר החזיונות" וואס איז ווי א טאג-בוך פון חלומות און אנדערע מעשיות לויט די דאטומען, אזוי אויך רעדט ער אסאך ארום איבער שורשי הנשמות (אין הויכפונקט פון אים און די ארומיגע), דער צווייטער איז "מעשה השם" מעשיות אויף דער בעש"ט, וואס א גרויסער טייל פון זיי האט ער געהערט פון זיין שווער.
דער ספר איז ביז ארום ה'תש"י נישט געווען צו געפונען, סאיז נאר אריבער צווישן א קליין צאל קאמארנא חסידים בכתבי ידות, אום ה'תש"י האט מוסד הרב קוק דורך נפתלי בן מנחם געדרוקט צום ערשטן מאהל דעם ספר.

ליינט מער

  • ברוך ישר (שליכטער), בית קומרנה, ירושלים תשכ"ה.
  • רבי ישראל פרנקפורטר, שלשלת קאמארנא, ירושלים תשס"ה.

דרויסנדע לינקס

זיינע ספרים אויף HebrewBooks זייטל

רעפערענצן

  1. "זוהר חי", הקדמה
  2. 2.0 2.1 יצחק אלפסי, החסידות.


קאטעגאריע:אדמו"רי קומרנה קאטעגאריע:רבנים גליציאנים קאטעגאריע:קומרנה: רבנים קאטעגאריע:רבנים מקובלים קאטעגאריע:פרשני מגילת אסתר קאטעגאריע:פרשני ספר הזוהר קאטעגאריע:המכלול: ערכים הנכללים בזים תורני קאטעגאריע:פרשני התפילה קאטעגאריע:פרשני התלמוד הירושלמי [[{{{1}}}|ו{{{1}}}]]
ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref> טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "hebrew", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="hebrew"/> טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref> פעלט.