רוי:רבי שלום ראזענפעלד (ב)

ווערסיע פון 12:27, 24 אפריל 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (1))

רבי שלום ראזענפעלד זצ"ל (דער צווייטער) (ה'תרי"ג - ה'תר"ץ), רב אין קאמינקא

אפשטאם

רבי שלום איז געבוירן אין יאר ה'תרי"ג (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא. און צו זיין מוטער מרת שיינדל א טאכטער פון הרב שמואל צבי הירש, פון דרישקאפאלי, א זון פון הרב אלעזר רוקח פון די חכמי בראד (דער פאטער פון דער שר שלום פון בעלזא).

רבנות

אין יאר ה'תרנ"ז נאך די פטירה פון זיין פאטער איז רבי שלום געווארן רב אין קאמינקא.

הסתלקות

רבי שלום איז נפטר געווארן אין יאר ה'תר"ץ (אומגעפער) .

פאמיליע

רבי שלום האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב אברהם הורוויץ, רב אין שענדישוב, א זון פון הרב יעקב הורוויץ רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. זייערע קינדער:

  • הרב נפתלי שמואל צבי ראזענפעלד הי"ד, רב אין פעטעטיטש, נאכהער ממלא מקום פון פאטער, רב אין קאמינקא. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב אהרן רוקח פון דאמבראמיל - פרעמיסלא, א זון פון הרב זונדל רוקח, א זון פון שר שלום פון בעלזא. זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם צוזאמען מיט זייערע קינדער, הי"ד:
    • הרב שלום ראזענפעלד, ער האט געהייראט מרת שרה ברכה א טאכטער פון הרב אהרן רוקח, דער בעלזער רב.
    • די ווייב פון איר פעטער הרב ראובן ראזענפעלד, דיין אין קאמינקא.
  • הרב משה (אריה)[1] ראזענפעלד הי"ד.
  • הרב אהרן דוד ראזענפעלד, רב אין יאריטשאוו, הי"ד. ער האט געהייראט מרת הינדא שיינדיל א טאכטער פון זיין פעטער הרב אלטער אייכנשטיין. זייער טאכטער:
    • מרת רבקה הענא די ווייב פון הרב אלימלך הורוויץ, יאריטשאווער רב אין ניו יארק.
  • הרב ראובן ראזענפעלד הי"ד, דיין אין קאמינקא. ער האט געהייראט א טאכטער פון זיין ברודער הרב נפתלי שמואל צבי ראזענפעלד.
  • מרת חנה גאלדא, די ווייב פון הרב שלום ראובן ראזענפעלד, א זון פון איר פעטער הרב אלעזר ראזענפעלד פון אושפצין.

רעפערענצן

  • אוהב שלום
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. א.ל.ג. משה אריה, אוהב שלום משה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!