רוי:סאטמאר שול הופער

ווערסיע פון 12:20, 24 אפריל 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (4))
טעקע:13hooper.jpg
די נייע 14 הופער שוהל ביי די לעצטע פאזעס פון עס איינרישן און באנייען אויף ראש השנה תשס"ז

13 הופער איז די ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג ברוקלין נו יארק, ארגינעל אויפן אדרעס 13 הופער סטריט, שפעטער פארברייטערט צו אויך 14 הופער סטריט.

דער ביהמ"ד איז ארגינעל געגרינדעט געווארן שבת שירה תשס"ג צוליב דעם סאטמאר מחלוקת, ווען די אהרונים זענען געווארן ארויסגעווארפן פון די אלטע ביהמ"ד אויף ראדני סטריט, האבן זיי געעפנט א נייעם אייגן ביהמ"ד.

אזוי אויך האבן זיי איינגערישט דעם נייעם ביהמ"ד מיט אלע באקוועמליכקייטן צו לערנען תורה, מיטן צושטעלן א ריזיגער היכל התורה און א אוצר הספרים מיט כל ערליי ספרים, באקוועמע טישן און בענקלעך. היינט צוטאג איז די היכל התורה דער גרעסטער לערנען ביהמ"ד אין וויליאמסבורג וואו אידן זיצן און לערנען פון גאר פרי ביז שפעט ביינאכט, אזא מין שטייגער ווי די היכל התורה היכל ראזענבערג אין קרית יואל אין היכל חי' אין בארא פארק.

און יאר תשס"ו האבן די ראשי קהילה און גבאים פונעם ביהמ"ד געבויט א פרישן, סאך גרעסערן ביהמ"ד קעגן איבער אויף 14 הופער סטריט, וואס איז געווארן נאכגעפאלגט מיט גרויס סענזאציע און אלע וועלטליכע צייטונגען אלס דער "נס ביהמ"ד" צוליב וואס עס איז געבויט געווארן דורך הרב שלום לאנדא און יצחק ראזנבערג אין א קורצן צייט אפשניט פון בלויז 14 טאג, פונעם גרונד ביז דער ענדע. דער נייער ביהמ"ד איז באנייט געווארן ראש השנה תשס"ז צוזאמען מיטן סאטמארער רבי,

וועלטליכע צייטונגען באשרייבונגען

 

אור הצפון שול • בית המדרש הגדול (מאנהעטן) • בעלזער שול • גרויסע שול (ירושלים) • מוסיוף שול • סאטמאר שוהל 13 הופער • סאטמאר שוהל ראדני • סאטמאר שוהל 53 סטריט (בארא פארק)  • שומר שבת (בארא פארק) • ריווינגטאן שול • עלדריזש סטריט שול • חורבת ר' יהודא החסיד • בית ישראל (שול) • ראוד איילענד טורא • חתם סופר שול · תפארת ישראל שול

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!