רוי:ארטור לאנגערמאן

ווערסיע פון 11:56, 24 אפריל 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (4))

 

ארתור לאנגערמאן
Arthur Langerman.jpg
מדינה בעלגיע
באשעפטיגונג דיאמאנט-סוחר, איבערזעצער, פארזאמלער

אַרטור אויזשען לאַנגערמאַן (געבוירן דעם 21סטן אויגוסט 1942 אין בארגערהויט, א פארשטאט פון אנטווערפן) איז א בעלגישער דיאמאנטן-סוחר און פאבריקאנט, וועלכער האט אויפגעבויט זיין גאנצע קאריערע אין אנטווערפן.

גלייכצייטיק האט ער מיט די יארן צוזאמענגעשטעלט איינע פון די גרעסטע פריוואטע קאלעקציע (פארזאמלונג) פון אנטיסעמיטישע בילדער אין דער וועלט. די דאזיקע קאלעקציע איז היינט געווארן דער קערן און די באזע פון די "ארטור לאנגערמאן ארכיוון פאר'ן אונטערזוך פון די אנטיסעמיטישע בילדער", א שטיפטונג וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין יאָר 2019 אין די טעכנישע אוניווערסיטעט פון בערלין אונטער'ן נאמען פון " דער ארטור לאנגערמאן ארכיוו, פאר די אויספארשונג פונ'ם וויזועלען אנטיסעמיטיזמוס" (ALAVA).

די דאזיקע פארזאמלונג איז שוין טיילווייז פארגעשטעלט געווארן אינ'ם מעמאריאל פון דער צפון-פראנצויזישער שטאט קאען, איז פובליצירט געווארן ביי Fayard, און קען אויך ווערן באטראכט און שטודירט אין דער באשרייבונג פון Le Collectionneur (דער פארזאמלער). אין חודש מערץ פון יאָר 2020 ווערט לאנגערמאן באשיינט דורך דעם בעלגישן בלאט Regards, מיט'ן טיטל פון "דער מענטש פונ'ם יאָר". לויט לאנגערמאן "האבן די גרעסטע אנטיסעמיטן קיינמאל נישט ריכטיק באגעגנט קיין אידן".

ביאגראפיע

לאנגערמאנ'ס פאטער שלמה (א פעלץ-סוחר) איז געבוירן אין קראָקע אין יאָר 1907 און זיין מוטער זיסלא (בלייווייס), א ספעציאליסט אין מאדע-קליידונג, איז געבוירן אין ווארשע. צען יאָר שפעטער, אין יאָר 1926, זענען די ביידע פאמיליעס זיך געקומען באזעצן אין בעלגיע, וואו זיי האבן חתונה געהאט אין 1941 און ארטור איז געבוירן געווארן אין 1942 . זיי זענען געווארן ארעסטירט דעם 28סטן מערץ 1944 און מען האט זיי געפירט אין דעם ס.ס. פארזאמל-פלאץ פון די קאזערנע דאסען (Kazerne Dossin), פון וואנעט מען האט זיי דעפארטירט קיין אוישוויץ דעם 19טן מאי 1944 (מיטן 25סטן טראנספארט), דאס הייסט ווייניגער ווי 4 חדשים פאר דער באפרייאונג פון בעלגיע.

ארטור, א קליין קינד פון אונטער צוויי יאָר, ווערט קודם אריין געבראכט אין א קינדערהיים פאר יעצט געבוירענע קינדער, די pouponniere פון די AJB אין Uccle ביי בריסל און פון דארט אינ'ם קינדערהיים פון באראן דע קאסטרא פון עטערבעיק, אויך א פארשטאט פון בריסעל. דער נעץ פון די AJB -קינדערהיימען אין בעלגיע איז דאמאלט געדולדעט געווארן דורך די געסטאפא, כדי צו געפעלען דעם אינטערנאציאנאלען רויטען-קרייץ, אבער איז געשטאנען אונטער זייער שטרענגער קאנטראלע. עטליכע טעג פאר דער באפרייאונג, האט די געסטאפא ארגאניזירט נאך א לעצטע ראזיא, כדי נאך אין די לעצטע מינוט שנעל צו דעפארטירן די קינדער פון אט די אלע היימען און זיי אויסראטן אין די גאז-קאמערן פון אוישוויץ און אנדערע ס.ס. לאגערן אין מזרח-אייראפע. אבער עס געלונגט ארטור נאך ב"ה אין די לעצטע מינוט, אדאנק א יידישע אונטערגרונט-באוועגונג, פון דארט געראטעוועט צו ווערן.

דער פאטער שלמה, איבערלעבט ליידער נישט דעם שרעקליכען קריג, הי"ד. די מוטער זיסלא האט אבער מער מזל. די נאציס האבן זי געשיקט אין אוישוויץ, וואו זי מוז ארבעטן אין די קאך. אדאנק דעם קען זי נאך איבערלעבן די מלחמה און זי קומט צוריק אין בעלגיע אין יאָר 1945.

ארטור לאנגערמאן האט שפעטער חתונה און האט צוויי קינדער. זיין זון א פארשער אין די FNRS, ספעציאליזערט אין מאטעמאטיק.

דיאמאנטן סוחר און פאבריקאנט

צווישן 9 און 17 יאָר, איז ארטור איינגעשריבן אין "השומר הצעיר", א יידישע יוגנט-ארגאניזאציע פון לינקע ציוניסטן, געגרונדעט אין עסטרייך אין יאָר 1913. ער הייבט א'ן די מיטל-שולע, אבער ער מוז זיין שטודיום פארקורצן, כדי צו העלפן ברענגען פרנסה אין שטוב. ער קומט קיין אנטווערפן וואו ער לערנט זיך אויס דעם פאך פון דיאמאנט-קליווען. נאכדעם ווי ער ארבעט 8 יאָר ביי א דארטיקן דיאמאנט-פאבריקאנט, וועלכער לערנט אים אויס אללע פראקטישע און סוחרישע פאסעטען פון דעם פאך, באשליסט ער צו גרונדען א'ן אייגענע דיאמאנט-פירמע. אין די 80ער יאָרן, שפעציאליזירט ער זיך אין פארב-שטיינער, אן ארטיקל וואס הייבט דעמאלט א'ן צו ווערן פון די מייסט געזוכטע אין די דיאמאנט בראנזשע. נאכדעם ווי ער פארקויפט זיין האלבן סטאק פאר איינער פון די גרעסטע לאנדאנער סוחרים, ווערט ער אינטערנאציאנאל באקאנט און באטראכט פאר א שפיץ רעפערענץ אויפ'ן געביט פון דיאמאנטענע פארב-שטיינער. די אינטערנאציאנאלע פרעסע, ראדיא און טעלעוויזיע פרעגט אים כסדר אויס און קלאסירט אים אלס עקספערט אין די סארט שטיינער. ווען פאטריק וואואלאט האט צוזאמען געשטעלט זיין פילם פון "די פארבשטיינער פון בארנעא", ווערט דער גאנצער סצענאריא (סקריפט) געשריבן אויפ'ן סמך פון לאנגערמאן'ס פאכמאנשאפט.

דאקומענטן וועגן אנטיסעמיטיזם

ביים אייכמאן פראצעס אין ירושלים אין יאָר 1961, וועלכער איז דאמאלט שטארק פארשפרייט געווארן דורך די אינטערנאציאנאלע פרעסע, רעאליזירט דער יונגער ארטור לאנגערמאן די שרעק און דעם טייוולאנישער פארנעם פון די שואה. ער שטעלט זיך פראגען צו פארשטיין דעם מקור פון די ביטערע אנטיסעמיטישע האס, וואס האט איממער געהערשט און הערשט נאך היינט אין די וועלט. צוגעדרוקט און מאטיווירט דורך די דאזיקע פראבלעצען, הייבט ער א'ן צוזאמען צו שטעלען א פארזאמלונג פון "אנטיסעמיטיקא" . במשך צענדליגע יאָרען זוכט ער אויף איבעראל אין די וועלט, מאהלערייען און אלטע גראווירונגען (פון צווישן 17טן און 20סטן יאָרהונדערט), גרויסע און קלענערע סקולפטורען פון קעראמיק (ליימווארג), פון האלץ און פון בראנז, פלאקאטען, אריגינאלע צייכנונגען, פאסט-קארטן, א.א.וו. זיין קאלעקציע ציילט היינט איבער 7.000 אביעקטען און אנטיסעמיטישע בילדער, אללע אויפגענומען אין א'ן אינווענטאר און דיגיטאליזירט, בתוכם הונדערטער אריגינעלע צייכענונגען פונ'ם קאריקאטוריסט Philipp Rupprecht, מעהר באקאנט אונטער'ן פען-נאמען פון Fips, דער כאראקטעריסטישער צייכנער פון די נאצי צייטונג "דער שטורמער".

די אללע דאקומענטען זענען פאכמעניש באשטודירט געווארן דורך ראלף קייסערס א וועלט רעפערענץ אויף דעם געביט (א פראנצויזישער פראפעסער שפעציאליזירט אין נאצישע שריפטען), א.א.וו. א טייל פון די פארזאמלונג איז שוין אין יאָר 2016 פארגעשטעלט געווארן אין די אויבען-דערמאנטע קאזערנע דאסעין און שפעטער אין יאָר 2017 ביי א גרויסע אויסשטעלונג אינ'ם מעמאריאל פון די פראנצויזישע שטאט קאען, אונטער'ן טיטעל פון Dessins Assassins . א קאטאלאג פון די אויסשטעלונג איז דאמאלט קא-ארדאנירט געווארן דורך סטעפאן גרימאלדי און גאויאם דואזי (Guillaume Doizy) און איז שפעטער ערשינען ביי Fayard. אין יאָר 2017 האט מען אויפגעטראגט Philippe Pierret, א באקאנטער היסטאריקער פון די אידישע געשיכטע און געוועזענער קאנסערוואטאר פון יידישן מוזעאום פון בעלגיע (צווישן 1999 ביז 2015), צוזאמען צו שטעלן א'ן אינווענטאר פון אט די קאלעקציע. דער פריער דערמאנטער גוויאם דואזי, א שפעציאליסט אויפ'ן געביט פון קאריקאטור און פון פרעסע-צייכענונגען, האט צוזאמען געשטעלט א ספעציפישן פראגראם און זיך באטייליגט ביים אינדעקסירן פון די קאלעקציע. גלייכצייטיק האט דער צענטרום פאר אנטיסעמיטישע אויספארשונג פונעם טעכנישן אוניווערסיטעט פון בערלין באשלאסן, צו מאביליזירן גרעסערע פינאנציעלע מעגליכקייטן צו שטודירן די פארזאמלונג פון לאנגערמאן. אין מערץ 2019 האט ארטור לאנגערמאן אפיציעל אפגעשטאנען זיין קאלעקציע צום דערמאנטען צענטרום פאר אנטיסעמיטישע אויספארשונג פונעם טעכנישן אוניווערסיטעט פון בערלין. עס ווערט געשאפן א שטיפטונג אונטער'ן נאמען פון "די ארכיוון פון ארטור לאנגערמאן פאר'ן אויפזוכן דעם איקאנאגראפישן (בילדער און צייכענונגען) אנטי-סעמיטיזם (ALAVA). לאנגערמאן פריווט צו באשרייבן און ערקלערען די געשיכטע און די געאגראפיע פונ'ם אנטיסעמיטיזם: " די מייסטע מענטשן, בתוכם אויך מיינע עלטערן, האבן נישט געקענט מעסטן און רעאליזירען דעם פארנעם פון וואס דא פאסירט. מען האט אנגעהויבען צו הרגנ'ן יידען פון אפ 1933, אבער זיי האבן געהאלטן אז עס וועט זיי גארנישט געשעהן און זיי האבן געהאט א קינד אין מיט'ן דער קריג. אויב זיי וואלטן געזען די אלע בילדער וואס איך האב דא יעצט פאר מיר, וואלטן זיי פארשטאנען דעם מצב און זיי וואלטן אפשר אנטלאפן.

איבערזעצער

זייט דעם חורבן, האט זיך די צאל פון די וואס רעדן נאך יידיש שטארק פארמינערט. כדי צוריק און ווידער צו פארשפרייטן די שפראך אינערהאלב דער באפעלקערונג, האט ארטור לאנגערמאן איבערגעזעצט אויף פראנצויזיש צוויי בראשורן פון שלום עליכם (1859-1916) דאס אייביגע לעבן קורצע געשיכטן אן צו ווייזען די צייט (ערשינען אין 2012 ביי מעטראפאליס), אין צוזאמענארבעט מיט אריאל ציון פון דער שואה-ביבליאטעק פון פאריז. געשיכטעס פאר קינדער, נישט צו געבן אין די הענט פון קינדער (ערשינען אין 2019 ביי MarqueBelge) אילוסטראציעס פון סאם רינגער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!