המכלול:ביבליאגראפיע

ווערסיע פון 21:30, 22 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "וועבלינקען" ב־"לינקס")

די ביבליאגראפיע אין המכלול איז גאר א וויכטיגע זאך פאר צוויי סיבות: ערשטנס כדי נאכצוקומען איינע פון אירע גרונדפרינציפן, וואס לויטעט אז יעדע זאך דערמאנט דערין מוז קענען ווערן פעסטגעשטעלט. און דאס איז באזונדער וויכטיג אין האקעלע טעמעס, ווי ביאגראפיעס איבער לעבעדיגע מענטשן. צווייטנס, כדי צוצושטעלן פארן ליינער מראי מקומות פון וואו ער וועט זיך קענען פארברייטערן אינעם טעמע פון אן ארטיקל. די ארטיקלען פארציילן בלויז איבער די פונדאמענטאלע פאקטן און געדאנקן פון אן ענין, און די איבריגע קען דער ליינער אליין נאכגיין אין די קוועלער צוגעצייכנט. כדי צו געבן המכלול אן אייניגן אויסזען, זענען פארהאן כללים וואו און ווי אזוי צו פארצייכענען א ביבליאגראפישע מקור, געוואנדן לויט זייער נאטור און שייכות צום אינהאלט פונעם ארטיקל, וואס וועלן דא פאלגנד ווערן אויסגעשמועסט.

די ערטער וואו די מקורות ווערן צוגעצייכנט

מען דארף צוצייכנען די מקורות אין דריי פלעצער, צוגעפאסט צו זייער צוועק: אינעם קאפיטל רעפערענצן, אינעם קאפיטל צו ליינען מער, און אינעם קאפיטל לינקס.

דאס פלאץ די אייגנשאפט פון די מקור, און די שייכות צום טעמע די וועג עס צו טוען
הערות ווען אין די עצם ארטיקל ווערט ציטירט (דירעקט אדער אומדירעקט) פון א געוויסע מקור, אדער ווען עס פארלאנגט זיך א מקור פאר א באהויפטונג מען דארף עס פארבינדן דורך הערות שוליים צום קאפיטל הע"ש
צו ליינען מער כלליות'דיע מקורות וואס באזירט אויף דעם איז א גרויס טייל פון די ארטיקל געשריבן געווארן, אדער מקורות וואס פארברייטערן די טעמע מער ווי אן ענציקלאפעדישע תמצית, און עס געפונט זיך נישט אויפן געוועב מען דארף עס דערמאנען אין די קאפיטל צו ליינען מער ביים ענדע פון אלע ארטיקלען
לינקס כלליות'דיע מקורות וואס באזירט אויף דעם איז א גרויס טייל פון די ארטיקל געשריבן געווארן, אדער מקורות וואס פארברייטערן די טעמע מער ווי אן ענציקלאפעדישע תמצית און עס געפינט זיך יא אויפן געוועב און מען קען דערצו פארבינדן דורך א לינק מען דארף עס דערמאנען אינעם קאפיטל לינקס

די געבוי פון די ביבליאגראפיע אין המכלול

אין המכלול, אזוי ווי אין יעדער אנדערע חיבור, זענען פארהאן כללים ווי אזוי צו פארצייכענען מקורות אויף אן איינשטימיגן פארמאט. אין אלגעמיין, וועט די ציטאט געשריבן ווערן אין די שפראך אין וועלכע מען קען ערהאלטן די קוואל.

  • א בוך: נאמען פון שרייבער, נאמען פון בוך, ארט געדרוקט: נאמען פון מו"ל, אויפלאגע (אויב איז דא מער ווי איינס), יאר געדרוקט. זייט נומער (אדער מראה מקום).

ביישפיל: אליהו ליפינער, אידעאלאגיע פון יידישן אלף בית, בואנוס אירס: ייווא, תשכ"ז. זייט 75.

  • זשורנאל: נאמען פון שרייבער, "נאמען פון ארטיקל", נאמען פון רעדאקטאר (רעדאקטאר), נאמען פון זשורנאל, נאמען פון מו"ל, יאר געדרוקט

ביישפיל: אברהם יצחק לעוו, "די לעצטע מאָהיקאַנער", משה גראסמאן (רעדאקטאר), סאָקאָלער יזכור־בוך, תשכ"ב.

  • ארטיקל אין א צייטשריפט: נאמען פון שרייבער, "נאמען פון ארטיקל", נאמען פון צייטשריפט נומער, נאמען פון מו"ל, יאר געדרוקט

ביישפיל: הרב ניסן גארדאן, "קנאות אויפן היים־פראָנט", דאס אידישע ווארט 6, תשי"ד

  • ארטיקל אויפן אינטערנעט: נאמען פון שרייבער, נאמען פון ארטיקל (מיט א לינק צו ארטיקל), נאמען פון וועבזייטל, דאטום פובליצירט

ביישפיל: ...

  • ענציקלאפעדיע ארטיקל: נאמען פון שרייבער, "נאמען פון ארטיקל", נאמען פון ענציקלאפעדיע (באנד נומער און רעלעוואנטע זייטן), נאמען פון מו"ל, פלאץ געדרוקט

שמחה פיעטרושקא, "אורים ותומים", יידישע פאלקס ענציקלאפעדיע (ערשטע באנד זייט 197-198), גלעד, ניו יארק - מאנטרעאל

  • טעכנישע באריכט: נאמען פון שרייבער, נאמען פון באריכט און נומער, נאמען פון איינשטאלט וואס פובליצירט עס, דאטום פובליצירט

ביישפיל: גדי שמיר, פיזור מוקדים ומנגנוני רעידות אדמה לאורך העתקי גילבוע - כרמל, המכון הגאולוגי, 2

  • תנ"ך: ספר נאמען פון ספר, פרק פלוני, פסוק פלוני

ביישפיל: ספר בראשית, פרק כב, פסוק ד

  • משניות: מסכת נאמען פון מסכת, פרק פלוני, משנה פלוני

ביישפיל: מסכת קידושין, פרק י, משנה ח

  • גמרא: תלמוד נאמען פון תלמוד (בבלי אדער ירושלמי), נאמען פון מסכת, דף פלוני עמוד פלוני

ביישפיל: תלמוד בבלי, מסכת ברכות, דף ח עמוד א

  • יד החזקה: משנה תורה להרמב"ם, הלכות פלוני, פרק פלוני, הלכה פלוני

ביישפיל: משנה תורה להרמב"ם, הלכות ברכות, פרק ג, הלכה א

  • שלחן ערוך: שלחן ערוך, נאמען פון חלק, סימן פלוני, סעיף פלוני

ביישפיל: שלחן ערוך, אורח חיים, סימן רנג, סעיף ה עס זענען פארהאן מוסטערן {{תנ"ך}}, {{משנה}}, {{בבלי}}, {{ירושלמי}}, {{רמב"ם}} און {{שלחן ערוך}} און ענליכס פאר נאך עטליכע ספרי קודש, וואס ערלויבן גרינג שרייבן א מקור ווי עס דארף צו זיין, און טוט גלייכצייטיג שאפן א לינק צום ספר אינעם שיתופתא וועבזייטל. די אויבנדערמאנטע כללים פאר תנ"ך משניות, גמרא, רמב"ם און שו"ע, זענען געזאגט געווארן אין אלגעמיין, און בעיקר ווען מען ברענגט אראפט א נקודה צוויי פון דארט. אין תורה'דיגע ארטיקלען, דארף מען צומאל שרייבן אנדערש, לפי הענין. די מוסטערן געאייגנט דערפאר לאזן זיך גרינג מאדעפיצירן, ווי ערקלערט אין זייערע דאקומענטאציעס. ענליך צו דעם, ווען מען דערמאנט ספרי קודש פון גדולי האחרונים דארף מען צומאל אוועקגיין פון די פארשריפטן. עס קומט נישט אין באטראכט, צו ביישפיל, צו שרייבן ". ווי אזוי צוצולייגן רעפערענצן צום ארטיקל, זע....

ווי אזוי מען פארצייכנט די טיילן פון א ציטאט

  • אין אלגעמיין שרייבט אין באלד דער טייל, מיט וואס מען קען גריגער טרעפן די קוואל. אזוי, אז טראץ מיר ווילן צומאל זיך באציען דוקא צו א געוויסן ארטיקל אין א צייטשריפט, וועט אבער די נאמען פון די צייטשריפט זיין אין באלד ווייל מיט דעם טרעפט מען עס גרינגער.
  • נאמען פון שרייבער: ווען די שרייבער איז אומבאקאנט, שרייבט מען "אומבאקאנטער שרייבער", ווען ער איז באקאנט זאל מען שרייבן צוערשט זיין ערשטן נאמען און נאכדעם זיין לעצטע נאמען. ווען עס זענען דא עטליכע, זאל מען ביז דריי שרייבן אלע, פון דארט און העכער זאל מען שרייבן די ערשטער, און דערנאך "און אנדערע".
  • נאמען פון ארויסגעבער: פון די ארויסגעבער'ס נאמען איז איינגעפירט אויסצולאזן די ווערטער "הוצאה לאור", "publishing company", אפילו עס איז טייל פון זייער אפציעלע נאמען.
  • נאמען פון צייט שריפט: כאטש וואס אין פראפעסיאנעלע שרייבעריי איז אנגענומען צו פארצייכענען נאמען פון צייטשריפטן אין ראשי תיבות, דארף מען געדענקען אז המכלול איז געאייגנט פאר פשוט'ע מענטשן, און ארויס שרייבן די גאנצע נאמען קלאר. צום ביישפיל: מען זאל נישט שרייבן JNES, נאר ארויסשרייבן Journal Of Near Eastern Studies.
  • ISBN: מידיע-וויקי דערקענט די בוכשטאבן ISBN וואס ווערן נאכגעפאלגט מיט 10 צי 13 ציפערן, און מאכט דערפון א לינק.
  • PMID: ארטיקלען וואס ערשיינען אין די PubMed זייטל איז ראטזאם אויך אהין צו לינקען דורך שרייבן: PMID ######, ווען ###### איז די נומער פון די ארטיקל וואס ערשיינט אונטן אויף בלאט אין די PubMed וועבזייטל.

קוועלער קוואליטעט

נישט אלע קוועלער האבן דאס זעלבע קוואליטעט. פאלגנד איז א ליסטע פון פארשידענע סארט קוועלער, אויף אן אראפגייענדע סדר, פון בעסטע צו שוואכסטע:

  1. א בוך ארויסגעגעבן דורך אן אנערקענטער פארשער, וואס דינט עמטליך אין א באקאנטע אקאדעמישע אינסעטוציע. אזוי אויך אן ארטיקל וואס איז ערשינען איז א אקאדעמישע זשורנאל, אדער פארעפענטליכט דוכן פארשער אויף א פארנעם אז עס איז אפן פאר ציבור (אין נישט בעל פה).
  2. א בוך אדער פובליקאציע וואס איז געשריבן דורך איינעם מיט א הויכער טיטל אין זיין תחום, אבער האט נישט קיין אקאדעמישע אמט.
  3. א בוך געשריבן דורך א צייטונג שרייבער, אדער איינער אן קיין דאקטער טיטל אין דער געביט.
  4. אויטאביאגראפיעס און זכרונות.
  5. ביכער געשריבן איידער די וויסנשאפט איז אנטוויקלט געווארן אלס פארשערישע געביטן. צום ביישפיל: אריסטו'ס ווערק.
  6. צייטונגען און בלאגס: אזעלכע קוועלער זענען גוט פאר לעצטיגע געשענישן וואס זענען נאכנישט באשריבן געווארן אין אקאדעמישע שרייבווערק.

באהויפטונגען פון א ניק אויף א פארום טראגן נישט קיין שום ווערד, און איז נישט פאררעכנט אלץ א מקור. ד.מ. אז מען קען נישט באריכטן היימישע נייעס באזירט אויף שמועסערייען אויף אייוועלט. מען זאל ענדערש נאכקוקן די עצם מקור, ווי איידער ברענגען א באריכט וואס פארציילט דערוועגן.

  • א רעפערענץ צו א שטודיע זעלבסט, איז בעסער ווי א באריכט אין די נייעס.
  • א רעפערענץ צו אן אורטייל איז בעסער ווי א באריכט אין די נייעס.

אין די קאפיטלען "צו ליינען מער" און "לינקס" איז יא ראטזאם צו ברענגען אויך א באריכט אין א צייטונג, צו פארגריגערן פארן ווייניגער געלערנטע ליינער. די קוואליטעט פון די מקורות זענען נישט נוגע ווען מען רעפערירט צום זאך אליין. צום ביישפיל: אויב מען שרייבט אז א זינגער האט ארויסגעבן א סינגל, קען א לינק צו דעם סינגל דינען אלץ קראנטע מקור, כאטש וואס דער סינגל איז היבש א שוואכער מקור לגבי די תוכן דערפון.

מקורות וואס דער שרייבער האט נישט נאכגעקוקט

א רעדאגירער וואס ברענגט אראפ א מקור צו א זאך, דערקלערט אז ער האט עס נאכגעקוקט, און ער קען באשטעטיגן אז דאס וואס ער ברענגט פון דארט שטייט טאקע דארט. אויב שטעלט זיך אויס אנדערש, און דער שרייבער האט דאס נישט נאכגעקוקט, וועט עס געשטעלט ווערן אין א באהאלטענע באמערקונג אין די טעקסט. אין פרינציפ, גילט דאס אויך ווען מען זעצט איבער פון המכלול העברי אדער פון אנדערע וויקיפעדיעס. אבער אין דעם פאל, ווען עס קומט אן שווער (ווייל די פילטער פון די אינטערנעט געבט נישט צוטריט א.ד.ג.), קען מען נאכשרייבן פון המכלול/וויקיפעדיע, פארלאזנדיג זיך אז די קרעדיט געשאנקען ביים ענדע בלאט דינט ווי א קלארשטעלונג אז מען פארלאזט זיך אויך אויף זיי.