רוי:קאמף פון טראפאלגאר

ווערסיע פון 14:42, 21 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")

 

דער קאמף פון טראפאלגאר, געמאלן דורך טורנער אין 1806-1808

דער קאַמף פון טראַפאַלגאַר (ענגליש: Battle of Trafalgar) איז געווען א ים־קאמף דעם 21סטן אקטאבער 1805 צווישן די ים-פלאטן פון פראנקרייך און שפאניע פון איין זייט, און גרויסבריטאניע פון דער צווייטער. דער קאמף איז פארגעקומען לעבן קאפ טראפאלגאר אין דרום־מערב שפאניע. דער קאמף האט זיך אויסגעלאזט מיט א קלארן זיג פאר די בריטישע קראפטן. דער בריטישער קאמענדאנט, נעלסאן, איז אבער געהרגעט געווארן אינעם קאמף.

אזוי איז בריטאניע געווארן דער וועלטס גרעסטע ים־מאכט דורכאויס 100 יאר . דער קאמף פון טראפאלגאר איז געווען דער חשובסטער ים־קאמף אינעם 19טן יארהונדערט.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!