רוי:מנחת כהן

ווערסיע פון 13:30, 21 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")

מנחת כהן איז א באקאנטער יסודות'דיגער הלכה ספר נתחבר געווארן דורך רבי אברהם הכהן פימינטיל רב אין קהל ספרדים אין האמבורג.

דער ספר אנטהאלט אין זיך דריי באזונדערע ספרים: מבוא השמש אויף הלכות בין השמשות, התערובות אויף הל' תערובות. און משמרת השבת אויף הל' בישול בשבת.

עס איז געדרוקט געווארן צוערשט אין אמסטערדאם בשנת תכ"ח בחיי המחבר, און שפעטער אין לעמבערג. און שפעטער אין ניו יארק בדפוס אברהם יצחק פריעדמאן דורך יחיאל מיכל פארגעס פון ברוקלין.

אינעם ערשטן דרוק איז דא אן הסכמה פון מהר"י אבוהב פון אמסטערדאם.

לעצטענס איז עס איבערגעדרוקט געווארן אין סקווירא אין דריי באזונדערע בענדער די דריי חלקים.

דער ספר איז זייער אן אנגענומענע און מ'ברענגט אים אסאך נאך - בעיקר דער ספר מבוא השמש וואו ער איז מבאר שיטת רבינו תם.

אין יאר תשנ"ז האט מען עס אנגעהויבן אריבערצודרוקן דורך מכון מנחה תמה פון ירושלים מיט א ביאור שמן המשחה געשריבן דורך יחזקאל שפיצער פון שיכון סקווירא.

אויך איז בייגעלייגט א קונטרס "מראה כהן" ווי דער באקאנטער היסטאריקער און שרייבער ר' בערל שווארץ שרייבט אפ זיין ביאגראפיע.

דרוקסאגראפיע

  • אמסטערדאם תכ"ח
  • לעמבערג
  • ניו יארק
  • ירושלים תשנ"ז מבוא השמש עם ביאור שמן המנחה
  • ירושלים תשס"ב ספר התערובות עם ביאור שמן המנחה

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!