רוי:טריסקעוויץ

ווערסיע פון 11:32, 21 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")
טריסקעוויץ
Трускавець טרוסקאוועץ
מדינה / טעריטאָריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
קאָאָרדינאַטן 49°17′N 23°30′E / 49.283°N 23.500°E / 49.283; 23.500 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
אבלאסט לעמבערג
שטח 8 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

29,900‏  (שטייענדיג 2008)
3,737 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2
truskavets-city.gov.ua

טריסקעוויץ, טרוסקעוויץ (אוקראיניש: Трускавець טרוסקאוועץ; פּויליש: Truskawiec טרוסקאוויעץ) איז א שטאט אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע, נאענט צום פוילישן גרעניץ. די שטאט איז אן אייגענער דיסטריקט אין דער גובערניע. די באפעלקערונג איז אומגעפער 29,583 (אין 2012).

פריער איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.

טריסקעוויץ איז א קורארט, צופוסנס די קארפאטן בערג.

געשיכטע

די ערשטע בעדער האט מען געעפנט אין טרוסקעוויץ אין 1827, אונטער עסטרייכער הערשאפט. אין 1911 האט מען געעפנט א באן סטאנציע אין דער שטאט אויף דער מאסקווע - אדעס ליניע.

געאגראפיע

טריסקעוויץ געפינט זיך אין מערב אוקראינע, 70 ק"מ דרום פון לעמבערג, 25 ק"מ מערב פון סטרי און 8 ק"מ דרום פון דראהביטש.

אידישע היסטאריע

אין 1880 האבן געוואוינט אין טריסקעוויץ 58 אידן, און אין 1921 האבן געוואוינט דארט 149 אידן.[1]


רעפערענצן

  1. "טריסקעוויץ", אויף "JewishGen" (ענגליש)

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!