רוי:רבי חיים הערש מייזליש

ווערסיע פון 11:32, 21 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")

 

רבי חיים הערש מייזליש
הרב חיים הערש מייזליש
הרב חיים הערש מייזליש
געבורט ג' תשרי תש"ל (יארגאנג: 55)
אמעריקע
טעטיקייט ארט בני ברק
פאטער בעריש מייזליש

הרב חיים הערש מייזליש (געבוירן ג' תשרי תש"ל) איז ראש ישיבת סאטמאר און לאקאלער פירער פון א טייל פון דער סאטמארער קהילה אין בני ברק.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן צו זיין פאטער רבי בעריש מייזליש אב"ד קהילת סאטמאר בארא פארק און צו זיין מוטער רביצין חיה, עלטסטע טאכטער פון רבי משה טייטלבוים, דער "ברך משה" פון סאטמאר.

ער הייסט נאך זיין זיידע דער 'עצי חיים'.

ער האט געלערנט אין ישיבת סאטמאר אין ירושלים ביי רבי משה אריה פריינד.

ד' כסלו תשמ"ח האט ער חתונה געהאט מיט רעכיל דבורה, טאכטער פון רבי ישראל האגער, וויזשניצער רבי אין בני ברק.

ער איז מוסמך געווארן להוראה דורך הרב שמואל הלוי וואזנער און הרב יצחק יעקב ווייס.

און יאר תשנ"ב איז ער אריבער וואוינען קיין ירושלים וואו ער האט געדינט אלס ראש כולל יטב לב

אין יאר תשנ"ה איז ער געווארן א חלק פון הנהלת בית היתומים דיסקין.

נאך וואס רבי משה אריה פריינד איז נסתלק געווארן, איז ער נתמנה געווארן דורך זיין זיידע צו דינען אלס ראש ישיבה און רב אינעם סאטמאר בית המדרש אין זכרון מאיר געגנט אין בני ברק לצידו פון הרב אליהו כ"ץ.

הנהגת הקהילה אין בני ברק

נאך דער פטירה פונעם ברך משה אין יאר תשס"ו איז די סאטמארער קהילה איבער דער וועלט צוטיילט געווארן אין צוויי צווישן די צוויי קינדער הרב אהרן טייטלבוים און הרב זלמן לייב טייטלבוים. הרב מייזליש האט זיך צוגעשטעלט צום עלטערן ברודער רבי אהרן אינאיינעם מיט רוב רובו פון דער סאטמארער קהילה אין בני ברק, סיידן א קומץ קטן פון דער קהילה און שפיץ פון הרב כ"ץ וועלכע האבן זיך צוגעשטעלט צו רבי זלמן לייב.

במשך יארן לאנג איז ער געווען דער משפיע רוחני און שיינער איד אין דער קהילה, און ארויס געהאלפן יעדן יחיד ויחיד אין דער קהילה. במשך די אלע יארן איז הרב יחזקאל ראטער געווען זיין נענסטער מענטש, און איהם ארויס געהאלפן מיט אלע עסקנות.

אום שבת שקלים תשע"ז האט אויסגעבראכן א מחלוקת צווישן הרב מייזליש און הרב ראטער, ווי רוב קהילה מיטגלידער האבן זיך צוגשטעלט צו הרב מייזליש. במשך די צייט האט זיך דער סאטמארער רבי, רבי אהרן, אריינגעמישט אין דעם מחלוקת און זיך אנגענומען פאר הרב ראטער. א מהלך וואס האט נישט צופיל געטוישט די דעה פונעם ציבור אין די מחלוקת.

נאך א פאר יאר פון ביטערע אויסטוישן צווישן די צוויי צדדים, האט דער סאטמארער רבי, רבי אהרן, געהאלטן א ספעציעלע שארפע דרשה קעגן הרב מייזליש, און צווישן אנדערע האט ער געזאגט "אין אני והוא יכולין לדור במדור אחד", און האט פארלאנגט זיך צו אויסוועלן "הלנו אתם או לצרינו?", און האט מיט דעם פארבאטן א יעדן מינדעסטן קשר מיט אים; אבער מיט דעם אלעם זענען נאך יענע נאכט אריבער געקומען פילע צענדליגע אידן און זיך געקוויטלט ביי הרב מייזליש כדי אים מחזק צו זיין און שטיצן.

הרב ראטער מיט זיינע מענטשן האבן זיך געעפנט אן אייגענעם בית מדרש וואס געפינט זיך אויפ'ן העכסטן שטאק פון די סאטמארע בנין התלמוד תורה.

אין לויף פון די יארן האט די סאטמארער קהילה אין בני ברק אהערגעשטעלט זעקס קהל'ישע בנינים צו סערווירן די קהילה מיטגלידער. 1) דער צענטראלער בית מדרש ויואל משה ד'סאטמאר. 2) ביהמ"ד זכרון מאיר אויף רחוב הרב האלפערן. 3) ביהמ"ד סאטמאר אויף רחוב רמב"ם. 4) בנין התלמוד תורה. 5) בנין הבית רחל. 6) די נייער פראכטפולע שולע געביידע אויף רחוב השל"ה וואס האלט שוין ביי די לעצטע פאזעס.

ביי די מחלוקת האט זיך אויסגעשטעלט אז פינף פון די זעקס בנינים זענען אריינגעפאלן ביי הרב ראטער און בלויז דער צענטראלער בית מדרש ויואל משה איז אריינגעפאלן צו הרב מייזליש. אלע פראוון פון הרב מייזליש צו געווינען בעלות אויף די בנינים, סיי לעגאלע און סיי בכח הזרוע זענען טאטאל דורכגעפאלן.

הרב מייזליש'ס מענטשן טענה'ן אבער אז די אנדערע בנינים האבן נישט קיין פאליטישע ווערט און משמעות, און אז דער מערסט ווערטפולער בנין איז דער צענטראלער בנין הבית מדרש וואס דאס ליגט יא ביי זיי אין די הענט.

קינדער

ר' חיים הערש און זיין ווייב רעכיל דבורה האבן צען קינדער, זיי זענען ווי פאלגנד:

    • מרת מרגלית, ווייב פון הרב שלום, זון פון רבי אריה לייביש טייטלבוים, דער געוועזענער אב"ד קהל ויואל משה ד'סאטמאר אין מאנטיסעלא.
    • הרב יואל, האט געהייראט מרת ליפשע, טאכטער פון רבי יוסף פאנעט, דעעשער רבי פון ירושלים.
    • הרב משולם זוסיא, האט געהייראט מרת נחמה האלבערשטאם, טאכטער פון אב"ד קשאנאוו בארא פארק.
    • הרב שמעון, האט געהייראט זיין שוועסטער קינד מרת חיה, טאכטער פון זיין פעטער רבי יקותיאל יהודה מייזליש, דומ"ץ סאטמאר אין בארא פארק און איידעם פון רבי נפתלי צבי ווייס, ספינקער רבי אין בארא פארק.
    • הרב חנניה יום טוב ליפא, האט געהייראט מרת נחמה פערל, טאכטער פון רבי יצחק דוד הורוויץ, אב"ד ראצפערט בראזיל.
    • הרב זאב, האט געהייראט מרת מרים איידל דינה, טאכטער פון רבי סיני האלבערשטאם, אב"ד שיכון ג' אין בני ברק.
    • הרב אלעזר, האט געהייראט מרת אסתר, טאכטער פון הרב שמעון שמואל האלבערשטאם, ראש כולל דברי משה אין ירושלים, זון פון רבי משה האלבערשטאם, דער געוועזענער אב"ד טשאקאווע און מיטגליד פון בד"צ עדה החרדית.
    • מרת הינדא, ווייב פון הרב משולם ישכר, זון פון הרב חיים יהודה אריה לייביש באב"ד, ראש ישיבת תורת חסד אין לאנדאן, ענגלאנד.
    • יקותיאל יהודה, האט געהייראט מרת חיה צירל, טאכטער פון הרב יואל איתמר קרויז, זון פון רבי שמואל דוד, אודווארי רב פון וויליאמסבורג און איידעם פון רבי יעקב האגער, דער סערעט-וויזשניצער רבי.
    • אהרן

דרויסנדע לינקס

  דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!