רוי:דווארט
|
דוואָרט (פויליש: Warta) איז א שטעטל אין שיעראדזער דיסטריקט, לאדזשער פראווינץ, פוילן, אויפן דווארט טייך, וואס האט געהאט א גרויסע יידישע קהילה ביז דער חורבן אייראפע. דאס שטעטל געפינט זיך 173 ק"מ מערב פון ווארשע און 39 ק"מ מזרח פון קאליש.
היסטאריע
דווארט ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אין יאר 1255, און במשך פון דער צייט האט באקומען שטאט־רעכטן. די אנטוויקלונג פונעם שטעטל איז געווארן אפגעשטעלט עטליכע מאל דורך די פיל שריפות וואס האבן אויסגעבראכן דארט פונעם 16טן יארהונדערט ביזן 19טן יארהונדערט, ווי אויך די שוועדישער אינוואציע אין דעם 17טן יארהונדערט.
אידן אין דווארט
אין 1900 האבן געוואוינט 1,772 אידן אין דווארט.[1]
דרויסנדע לינקס
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!