רוי:הירשע דוד קאץ

ווערסיע פון 11:20, 21 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")

הירשע-דוד כ"ץ (געב' 1956) איז א דיכטער, דענקער, שריפטשטעלער און פארשער, וועמענס ארטיקלען איבער דער אידישער שפראך ערשיינען וועכנטליך אין דער אלגעמיינער זשורנאל. ביז נישט לאנג צוריק פלעגט ער זיך דרוקן אויסשליסליך אין דעם יידישן פארווערטס.

ער לעבט און שאפט אין דער אידישער ווילנע, און פארט כסדר ארום איבער מזרח אייראפע פון אמאל צו פאראייביגן איר זכרון דורך אינטערוויואירן שארית-הפליטה איבערלעבער פון דעם חורבן אייראפע. זיינע ארטיקלען זענען פול מיט רופן פאר אהבת ישראל, און אחריות צו לערנען מיט די נייע דורות וואס מיר האבן אמאל פארמאגט[מקור פארלאנגט].

ער איז אויפגעוואקסן אין בארא פארק, און על אף וואס ער איז א אידישיסטישער פראפעסער איז ער אנדערשט ווי די אנדערע אידישיסטן פון די ייוו"א קולטור, ווייל ער האט ארויסגעגעבן א בוך וואו ער שרייבט אז די ייוו"א ארטאגראפיע איז נישט די איינציגסטע אויסגעהאלטענע ארטאגראפיע. [1].

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!