רוי:האריע סימא

ווערסיע פון 07:23, 17 אפריל 2020 דורך YI>פוילישער (פוילישער האט באוועגט בלאט האָריע סימאַ צו האריע סימא)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

האריע סימא

האָריע סימאַ (רומעניש: Horia Sima; ‏3טן יולי 1907[1]; פֿאַגאַראַש, עסטרײַך־אונגאַרישע אימפּעריע— 25סטן מײ 1993) איז געװען אַ רומאַנישער פֿאַשיסט. סימאַ איז געװען דער צװײטער און דער לעצטער פֿירער פֿון דער פֿאַשיסטישער פּאַראַמיליטערישער אָרגאַניזאַציע "די אײַזערנע שמירה", און איז געװען דער קאָנדוקאַטאָר (מיט איאָן אַנטאָנעסקו) פֿון רומעניע צװישן די יאָרן 1940 ביז 1941. אין יאַנואַר 1941 האט סימאַ איניציאיִרט דעם בוכאַרעסט־פּאָגראָם, די גרעסטע און היציקע פּאָגראָם קעגן ייִדן אין מונטעניע. נאָך דעם פּאָגראָם, איז סימאַ אַנטלאפן אין דײַטשלאַנד און נאָך שפּעטער אין שפּאַניע.

סימאַ איז געשטאָרבן אין מאַדריד אין 1993.

רעפערענצן

  1. Deletant, Dennis (2006). Hitler's Forgotten Ally: Ion Antonescu and his Regime. Palgrave Macmillan. p. 37. ISBN 978-1403993410. {{cite book}}: line feed character in |title= at position 47 (help)CS1 maint: url-status (link)