רוי:רבי חיים פנחס שיינבערג

טעקע:RavScheinberg.jpg
מעוטר בטלית ותפילין אגאנצן טאג מיט מער פון 100 מינע ציצית'ער

הרב חיים פנחס שיינבערג (כ"ז אלול ה'תר"ע - כ"ז אדר תשע"ב) איז געווען א ליטווישער גדול און גרויסער פוסק, און ראש ישיבה פון דער תורה אור ישיבה אין ירושלים. ער איז געווען א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

ער איז אויך באקאנט פאר די פילע טלית קטן'ער וואס ער האט אן צו יעדער צייט, ער פלעג זיצן אויך אגאנצן טאג מיט די תפילין.

ער גייט מיט איבער פופציג טלית קטן'ס כדי מרבה זיין מיט מצוות.

ביאגראפיע

הרב חיים פינחס איז געבוירן געווארן אין אסטראוו, פוילן, כ"ז אלול תר"ע (דעם 1טן אקטאבער 1910), דער זון פון ר' יעקב יצחק, א שניידער, און זיין ווייב יוספא (טאמבאק). ווען ער איז געווען אלט ניין יאר האט זיך די משפחה אריבערגעצויגן אין אמעריקע, וואו ער האט געלערנט א שטיק צייט אין פובליק סקול. דערנאך האט ער געלערנט אין רבי יעקב יוסף שולע.

אלס עלטערער בחור האט ער געלערנט ביי רבי משה סאלאווייטשיק אין דער ישיבת רבינו יצחק אלחנן, א טייל פון ישיבה אוניווערסיטעט. אויך איז ער געווען א תלמיד פון רבי שמעון שקאפ וואס איז אין יענער צייט געווען א קורצער תקופה אין ניו יארק. און ער האט דארטן באקומען היתר הוראה.

ביי די 19 יאר האט ער געהייראט באשע, די טאכטער פון ר' יעקב יוסף הערמאן.

נאך זיין חתונה איז ער געפארן מיט זיין רעביצין לערנען פינף אין דער מירער ישיבה וואס איז דאן געווען אין פוילן, אייראפע. רבי נתן וואכטפויגל האט אויך דאן דארטן געלערנט אלס אמעריקאנער בחור. דעמאלסט האט ער מחבר געווען דעם "טבעת החושן" אויף שו"ע חושן משפט.

ווען ער איז שפעטער צוריקגעקומען אין אמעריקע האט ער 25 יאר געדינט אלס משגיח אין ישיבה חפץ חיים אין קווינס פון רבי העניך לעבאוויטש.

ער פלעג שטענדיק דאווענען שחרית מיט וותיקין.

אין תש"ך (1960) איז ער ארויף קיין ארץ ישראל צו עפענען אן אייגענע ישיבה, תורה אור, פאר אמעריקאנער בחורים אין קרית מאטערסדארף, ירושלים.

שבט תשל"ג האט מען אים באשטימט רב פון קרית מאטערסדארף.

ער איז נפטר געווארן כ"ז אדר תשע"ב, (דעם 20סטן מערץ 2012), אלט 101, און מען האט אים באגראבן אין הר הזיתים.

משפחה

רבי חיים פינחס און זיין ווייב באשע האבן געהאט פיר טעכטער און איין זון.

  • פרומע רחל, געבוירן אין פוילן, ווייב פון רבי חיים דוב אלטוסקי, ראש ישיבת תורה אור פאר חוץ לארץ בחורים, און מחבר ספר "חידושי-בתרא" צוויי חלקים.
  • רבקה, געבוירן אין פוילן
  • חנה
  • זעלדא, ווייב פון הרב ניסן אלפערט, ראש ישיבה אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן
  • הרב שמחה, זיין נאכפאלגער אלס ראש ישיבה פון תורה אור.


נאך אן איידעם איז רבי דוד ווינער, ראש ישיבה פון דער חפץ חיים ישיבה אין ניו יארק

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!