רבי דוב בעריש לאנדא (ה'תק"פ - כ"ה סיון ה'תרל"ו), באקאנט ווי רבי בעריש ביאלער, האט געפירט א רביסטעווע פון טויזנטער חסידים אין ביאלע. ער האט אנגעהויבן פירן נאך דער פטירה אין תרכ"ח פון זיין רבי'ן, רבי מענדעלע ווארקער, ווען רוב פון די חסידים זענען אריבערגעגאנגען צו רבי בעריש. זיינע תורות זענען געדרוקט אין דעם קונטרס "מגיד דבריו ליעקב".

פון אים שטאמען די סטריקאווער רביס.

אפשטאם

רבי בעריש איז געבוירן אין יאר תר"פ[1] צו זיין פאטער רבי אברהם לאנדא, אב"ד פון טשעכענאוו. ער איז געווארן אן איידעם ביים נגיד ר' ארטשע פון גריצע-ביאלע.

ער איז געווען א חסיד פון די ווארקער רביס, רבי יצחק ווארקער און רבי מענדעלע ווארקער; ער איז געווען דער הויפט פון רבי מענדעלעס חסידים.


נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט געווארלט פירן רביסטעוועס, און די עדה האט מקבל געווען רבי יחיאל דאנציגער אלס ממלא מקום.

פאמיליע

רבי בעריש האט געהייראט די טאכטער פון ר' ארטשע גריצע־ביאלער. זייערע קינדער:

זיינע תלמידים

רעפערענצן

  1. יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור,עמ' 450, ירושלים תשנ"ה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!