רוי:האנשו

ווערסיע פון 13:54, 9 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 88 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q13989 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

האנשו 本州 (טייטש "הויפט שטאַט") איז דער גרעסטער אינזל פון יאפאן. ער איז דרום פון האקיידא, צפון פון שיקאקו און צפון־מזרח פון קיושו. ער איז דער זיבעטער גרעסטער אינזל אין דער וועלט, און דער צווייטער מערסטער באפעלקערטער, נאך דזשאווא אין אינדאנעזיע.

דער אינזל איז בערך 1300 ק"מ לאנג, מיט א שטח פון 227,962.59 ק"מ², 60% פונעם גאנצן שטח פון יאפאן. ער איז גרעסער פונעם אינזל גרויסבריטאניע. האנשו האט 5450 ק"מ פון בארטן.