רוי:האיטי

ווערסיע פון 09:12, 11 דעצעמבער 2014 דורך YI>Alefbeis
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

האַיִטי איז אַ לאַנד אין דעם קאַראַאיבישן ים, אױף דער מערבֿ זײַט פֿון אינדזל היספּאַניִאָלאַ. אין האַיִטי רעדט מען האַיטיאנער קרעאָל און פֿראַנצױזיש.

האיטי איז א יחיד-במינו פאר א פאר סיבות(?). ווען עס איז געווארן זעלבשטענדיק אין 1804, איז עס געווען דאס איינציגע זעלבשטענדיקע לאנד אין לאטיין-אמעריקע און דעם קאַראַאיבישן ים, דאס איינציגע לאנד אין דער וועלט צו ווערן אויפגעשטעלט דורך א שקלאפן־רעוואלט, און די צווייטע רעפובליק אין די אמעריקעס.

היסטאריע

קריסטאפער קאלאמבוס האט געלאנדט אין דעם לאנד וואס איז היינט האיטי דעם 5טן דעצעמבער 1492, און האט געפאדערט דעם אינדזל פאר שפאניע. קאלאמבוס האט איבערגעלאזט 39 מענער בלייבן אויפן אינדזל, און האט דעמאלט אויפגעשטעלט דעם יישוב לא נאווידאד.

אלס אריינגאנג צו די אמעריקעס, איז דער אינדזל היספאניאלא געווארן א מקום-מקלט פאר פיראטן אין די פריִיִקע יארן פון קאלאניאליזם. פראנצויזישע פיראטן זענען זיך באזעצט אין דער מערב'דיגער העלפט פון אינדזל, און האבן שפעטער געפלאנצט טאבאק דארט מיט הצלחה. די הצלחה האט פאראינטערעסירט אנדערע פראנצויזישע משפחות צו קומען, און ביים סוף האבן זיי געמאכט א נייעם פראנצויזישן יישוב. שפעטער, ווען די אייראפאישע לענדער האבן באשלאסן צו וועמען גייט וועלכע לאנד אין די אמעריקעס, האבן פראנקרייך און שפאניע געטיילט דעם אינדזל צווישן זיך. די מערב-זייט פון אינדזל איז אפיציעל געווארן פראנצויזיש.

פראנקרייך האט געקראגן דאס מערב'דיגע דריטל פון היספאניאלא און האט עס געגעבן א נאמען "סט דאמינג". די פראנצויזער האבן דען אריינגעבראכט טויזנטער שקלאפן פון אפריקע, על-מנת צו אנטוויקלען דעם אינדזל'ס צוקער עקאנאמיע. די פארנצויזער זענען באלט געווארן דאך פאל ווייניק פון אלע די אפריקאנישע שקלאפן וואס זיי האבן געבראכט, מיט בלויז איין ווייסער פאר יעדע צען אפריקאנער אויפן אינדזל.

סט דאמינג איז געווען געוואוסט אלס איינער פון די שלעכטסטע קאלאניעס פאר שקלאפן. א דריטל פון די שקלאפן זענען געשטארבן אין די ערשטע פאר יארן פון זיין דארט, א סאך פון קרענקען. אבער משאין-כן פאר מענטשן געבוירן געווארן פון אן אפריקאנישער מוטער און א פראנצויזישן פאטער. די האלב-אפריקאנישע מענטשן האבן געהאט מער רעכטן און אפט זענען געלאזט געווארן פריי. די פארמישטער זענען אויך געווארן זיירער אייגענער סארט אין דער געזעלשאפט. זיי האבן געקענט גיין קיין פאריז שטודירן און אנטיילנעמען אין מיליטער. זיי האבן אפט געארבעט אלס האנט-ווערקערס אדער סוחרים, און האבן אנגעהויבן צו פארמאגן קרקע. צאל האט אפילו פארמאגט אייגענע שקלאפן.