פאַמיליע (לאטיין: familia) איז איינע פון די גרונטלעכע גרופעס פון דער טאקסאנאמיע אין ביאלאגישער קלאסיפיקאציע. טיילמאל ניצט מען אויך די צווייטראנגיקע גרופעס: אייבער-פאמיליע און אונטער-פאמיליע.

אין ביאלאגישער טאקסאנאמיע איז פאמיליע די דריטע נידעריגסטע קלאסיפיקאציע. א פאמיליע שליסט איין עטליכעט מינים, און יעדער מין ווערט צעטיילט אויף זגאלן. עטליכע פאמיליעס געהערן צו איין סדר.

דער וויסנשאפטליכער נאמען פון א פאמיליע ווערט געשאפן דורך זאאלאגן און באטאניקער. אין זאאלאגיע שאפט מען דעם פאמיליע נאמען פון דעם נאמען פון א כאראקטעריסטישן מין, מיט דעם סופיקס -idae; אין באטאניק שאפט מען דעם פאמיליע נאמען פון דעם נאמען פון א כאראקטעריסטישן מין, מיט דעם סופיקס -aceae.

למשל, אין זאאלאגיע, די פאמיליע נאמען Canidae (הינט) איז געשאפן פון דעם אנהייב -Can פונעם מין Canis (הונט) און דעם סופיקס idae- .
אין באטאניק, די פאמיליע נאמען Liliaceae (ליליעס) איז געשאפן פון דעם אנהייב -Lili פונעם מין Lilium (ליליענבלום) און דעם סופיקס aceae-.

P biology.svg דער ארטיקל בנוגע ביאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!