"אורי-און", דער ערשטער ישראלישער סופערהעלד קאמיקס אין קאלירן, אילוסטריט פון מיכאל נצר אין 1987

א סופּערהעלד איז א פיקטיווער כאראקטער וואס באשיצט אומשולדיגע מענטשן און קעפט פאר גערעכטיקייט.

מאדערנע סופּערהעלדן געווענליך האבן אומגעוויינטליכע מעגליכקייטן. צום ביישפיל קענען זיי האבן בעסערע חושים און ווערן שטערקער און שנעלער ווי נארמאלע מענטשן. א סופּערהעלד ווערט געווענליך העלדיש און אַדלדיק, און האט א פאַרביקע נאמען און פאַרקליידונג.

א טייל באקאנטע סופּערהעלדן זענען סופּערמאַן, באַטמאַן, אַקואַמאַן, ספּיידער-מאַן, אייראָן מאַן, קאַפּיטאַן אַמעריקע, דער האלק, דער זאך, טאָר און וואונדער וואָמאַן.

טייל סופּערהעלדן האבן נישט קיין אייבערשטע מעגליכקייטן אבער זענען נאר שטארקע מענטשן וואס ווילן טאן גוט אינעם וועלט. צום ביישפיל, באַטמאַן האט נישט קיין אייבערשטע מעגליכקייטן, נאר האט זיך אויסגעשולט איבער יארן צו ווערן שטערקער ווי זיינע שונאים.

רוב סופּערהעלדן באהאלטן זייערע אידענטיטעטן מיט מאסקעס אדער העלמען. דאס איז ווייל סופּערהעלדן ווילן נישט אז רשעים זאלן זיי דערקענען, צו פארמיידן די רשעים פון באשעדיקן פריינט און פאמיליעס פון סופּערהעלדן.

א סך סופּערהעלדן האבן טראגישע הינטערגרונטן וואס מאכן א סיבה פארוואס זיי זענען סופּערהעלדן. צום ביישפיל האט באַטמאַן געזען ביידע זיינע עלטערן דערמארדעט אקעגן אים און האט געווידמעט זיך צו קעמפן פאַרברעכן צו פארמיידן אז אזעלכע זאכן וועלן פארקומען צו אנדערע מענטשן. ספּיידער-מאַן האט באפרייט א גנב וואס ער האט געקענט אויפהאלטן; דערנאך האט דעם גנב געבראכן אריין אין זיין היים און דערמארדעט ספּיידער-מאַנ'ס פעטער. דערנאך האט ספּיידער-מאַן רעאליזירט אז ער דארף ווערן אַחריותדיק מיט זיין כוח און ניצן זיינע מעגליכקייטן צו העלפן אנדערע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!