רוי:דאקלאנדס לייכטע באן
די דאקלאנדס לייכטע באן (DLR) איז אן אויטאמאטישע מעטרא אדער לייכטע באן סיסטעם, געעפנט 31סטן אויגוסט 1987 צו באדינען דעם ווידער־אנטוויקלט דאקלאנדס געגנט פון לאנדאן.[1] די באן פארט אדורך עטליכע געגנטן אין לאנדאן: צפון קיין סטראטפארד, דרום קיין לואישעם, מערב קיין באנק אין דעם סיטי פון לאנדאן, און מזרח קיין בעקטאן און לאנדאן סיטי לופטפעלד.
די דל"ב ווערט אפערירט דורך סערקא דאקלאנדס לימיטיד פאר טראנספארט פאר לאנדאן. די סיסטעם געהערט צו דל"ב געזעלשאפט, טייל פון דעם לאנדאנער באן אפטייל פון טראנספארט פאר לאנדאן (TfL) וואס פארוואלטעט אויך לאנדאנער איבערגרונט און לאנדאן טראמלינק (אבער נישט לאנדאנער אונטערגרונט, וואס איז א באזונדערער אפטייל פון טראנספארט פאר לאנדאן.
אין 2006 האט די DLR געטראגן מער ווי 60 מיליאן פאסאזשירן.[2]
DLR האט (זייט 2014) פינעף רוטעס: באנק–לואישעם, באנק–וואוליטש ארסענאל, טאער גייטוויי–בעקטאן, סטראטפארד–לואישעם און סטראטפארד אינטערנאציאנאל–וואוליטש ארסענאל.
מאפע
רעפערענצן
- ↑ Cross, David (1 September 1987). "Enthusiasts flock to busy opening day: Docklands Light Railway". The Times. Retrieved 17 August 2009.
- ↑ "Docklands Light Railway carries 60 million passengers". Transport for London. 4טן אפריל 2007. Retrieved 9טן יולי 2008.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|date=
(help) (הקישור אינו פעיל)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!