די שוהל פון פארנט

די אליהו הנביא שוהל איז א אלטע ארטאדאקסישע ספרדישע שוהל אין אלעקסאנדריע, עגיפטן אויף דער דניאל הנביא גאס, געבויט אין יאהר קט"ו.

זי איז איינע פון די שענסטע שוהלן אין עגיפטן.

זי איז חרוב געווארן ביי דער פראנצויזישער אינוואזיע אין 1798, און פריש איבערגעבויט געווארן אין ה'תרי"א מיט דער באשטייערונג פונעם דעמאלטסדיגן הערשער. פון דאן האט מען זי אויך גערופן די נייע שוהל.

זי איז היינט שוין כמעט נישט אין באנוץ צוליב די ווייניג יודן וואס וואוינען דארט, און הויפטזעכליך צוליב זיכערהייטס זארגן פון די מוסולמענער שכנים.

ספעציעל אין יאהר תשע"ב איז געווען א קאנטראווערסיע, ווען ס'האט געהייסן אז די רעגירונג לאזט מער נישט דאווענען דארט צוליב אנגעבליכע זיכערהייטס סיבות.

די קהילה האט אבער געמאלדן אז מ'וועט יא דאווענען ווי געהעריגע, נאר אהן זייער קביעות'דיגע חזן און רב וועם די אויטאריטעטן האבן נישט אריינגעלאזט אין לאנד.

רבנים

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!