רוי:1941
יאר אין אלגעמיינעם קאלענדאר
1941 אין פארשידענע קאלענדארן | |
גרעגאריאנישער קאלענדאר | 1941 MCMXLI |
אידישער לוח | ה'תש"א - ה'תש"ב |
כינעזישער קאלענדאר | 4637 – 4638 庚辰 – 辛巳 4638 איז דאס יאר פונעם שלאַנג |
עטיאפישער קאלענדאר | 1933 – 1934 |
פערסישער קאלענדאר | 1319 – 1320 |
איסלאמישער קאלענדאר | 1359 – 1360 |
1941 איז דאס 41סטע יאר אינעם 20סטן יארהונדערט. דאס איז א געווענליך יאר, וואס איז 365 טעג. יאנואר 1 1941 לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר פעדערט יאנואר 1 לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג. (אלע דאטומען דא זענען לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר).
געשעענישן
- 24סטן מערץ - די 34,149 אידן וואס וואוינען אין לובלין געפירט אין געטא וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דארטן
- 5טן מאי - דער קייסער היילע סעלאסי קומט צוריק אין עטיאפיע
- 10טן מאי
- צווייטע וועלט מלחמה: די געביידע פונעם בריטישן פארלמאנט דעמאלירט אין א דייטשער באמבארדירונג
- צווייטע וועלט מלחמה: רודאלף העס, פון די פירער פון נאצי דייטשלאנד, פאראשוטעט זיך אינעם פאראייניגטן קעניגרייך צו רעדן וועגן א פרידן אפמאך
- 8טן יוני - צווייטע וועלט מלחמה: דאס פאראייניגטע קעניגרייך אינוואדירט סיריע און לבנון.
- 14טן יוני - צענדליגער טויזנטער אידן פון די באלטישע לענדער פארטריבן אין סיביר
- 17טן יוני - צווייטע וועלט מלחמה: בריטאניע נעמט איין סיריע און לבנון פון ווישי פראנקרייך און גיט איבער די הערשאפט איבער זיי צו פרייע פראנקרייך
- 22סטן יוני - צווייטע וועלט מלחמה: אנהייב פון בארבאראסא אקציע (דייטשע אינוואזיע אינעם סאוועטן פארבאנד)
- 8טן סעפטעמבער - צווייטע וועלט מלחמה: אנהייב פון באלאגערונג אויף לענינגראד, ווען דייטשע קראפטן רינגלען ארום לענינגראד, די צווייטע גרעסטע שטאט אינעם סאוועטן פארבאנד
- 29סטן סעפטעמבער - צווייטע וועלט מלחמה: אנהייב פון דער רציחה פון די קיעווער אידן אין באבי יאר דורך די נאציס און זייערע העלפער
- 2טן אקטאבער - צווייטע וועלט מלחמה: אנהייב פונעם קאמף אויף מאסקווע
- 30סטן אקטאבער – 1,500 אידן פון פאדהייץ (אין מערב אוקראינע) ווערן געשיקט דורך די נאציס צו בעלזיץ פארניכטונגס לאגער.
געבוירן
- 20סטן אויגוסט - סלאבאדאן מילאסעוויטש, געוועזענער פרעזידענט פון יוגאסלאוויע און סערביע (געש' 2006)
געשטארבן
- 14טן אויגוסט - מאקסימיליאן קאלבע, א פאלאק וואס האט געהונגערט צום טויט אין אוישוויץ (געב' 1894)
- 3טן אקטאבער - לואיס בראנדייס, אמעריקאנער יוריסט, ריכטער אינעם הויכגעריכט פון די פאראייניגטע שטאטן (געב' 1856)
נאבעל פריזן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!