רוי:אשר שווארצמאן
אָשר שוואַרצמאַן (1889 – 1919) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער.
ער איז געבוירן געוואָרן אינעם דאָרף ווילניע פון דער קיעווער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע, (היינט אוקראַיִנע) אין אַ פרומער יידישער משפּחה. ער האָט פאַרבראַכט זיין פריִע קינדהייט אינעם שטעטל קאָראָסטישעוו (אין יעצטיקער זשיטאָמירער גובערניע פון אוקראַיִנע) און אינעם דאָרף נאָווינקע ניט ווייט פון קיעוו. דער קומענדיגער דיכטער האָט זיך געלערנט אין חדר. אין נאָווינקע האָט דער יונגער אָשר שוואַרצמאַן זיך באַקענט מיט חיים נחמן ביאַליק, וועלכער פלעג קומען אין דעם דאָרף צו באַזוכן זיין שווער. אָט די באַקאַנטשאַפט האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף שוואַרצמאַנען.
אין 1905 איז אַשר שוואַרצמאַן אַריבערגעפאָרן קיין קיעוו צו זיין עלטערן ברודער דוד. אונטער זיין השפּעה האָט ער זיך אָנטיילגענומען אין רעוואָלוציִאָנערע געשעענישן פון יענעם יאָר. נאָך דעם איז אָשר שוואַרצמאַן אַוועקגעפאָרן קיין בערדיטשעוו און אַ געוויסע צייט געלעבט דאָרט, זענענדיק אַ לערער פון העברעיִש. אין דער זעלבער צייט האָט ער אָנגעהויבן שרייבן לידער, לכתחילה – אויף אוקראַיִניש. אין 1909 האָט ער זיך אומגעקערט קיין קיעוו, וואוּ ער האָט זיך דערנעענטערט צו אַ גרופּע סאָציִאַליסטיש אָריענטירטע יונגע ייִדישע ליטעראַטן: די פּאָעטן אהרן קושניראָוו און דוד האָפשטיין (שוואַרצמאַנס שוועסטערקינד), דעם פּראָזאַיִקער דוד בערגעלסאָן, די קריטיקער נחום אויסלענדער און נחמן מייזיל. אונטער זייער השפּעה האָט אָשר שוואַרצמאַן אָנגעהויבן שרייבן לידער אויף ייִדיש.
אין 1911 איז אָשר שוואַרצמאַן מאָביליזירט געוואָרן אין דער רוסישער אַרמיי. ער האָט געדינט אין אַ דראַגונען-פּאָלק אין קאַליש (יעצט – אין פּוילן). אין 1914 – 1917 האָט ער געקעמפט אויף די פראָנטן פון דער ערשטער וועלט-מלחמה, זיך אויסגעצייכנט מיט זיין גבורה און איז באַלוינט געוואָרן מיט צוויי געאָרגי-קרייצנס (די העכסטע שלאַכטס-באַלוינונג אין צאַרישן רוסלאַנד). אין 1917 איז ער פאַרוואוּנדעט געוואָרן און ער האָט זיך געהיילט אין שפּיטאָלן פון טאַמבאָוו און מאָסקווע.
אין האַרבסט 1917 האָט אָשר שוואַרצמאַן זיך אומגעקערט קיין קיעוו. דאָ האָט ער געאַרבעט אַלס קאָרעקטאָר אין דער בונדיסטישער "פאָלקס-צייטונג". די פּאָגראָמען-כוואַליע, וועלכע איז באַפאַלן דאָס אוקראַיִנישע אידנטום מצד אוקראַיִנישע נאַציִאָנאַליסטן, רוסישע ווייס-גוואַרדייער און אַזוי גערופענע "גרינע" באַנדעס, האָט באַוועגט דעם דיכטער פרייוויליק אַריינטרעטן אין דער רויטער אַרמיי, ווייל זי איז באַטראַכט געווען אין יענער צייט ווי די איינציקע באַשיצערין פון דער ייִדישער באַפעלקערונג. אָשר שוואַרצמאַן איז אומגעקומען אום האַרבסט 1919 אין אַ שלאַכט לעבן דעם שטעטל ראַפאַלאָווקע (אין יעצטיקער ראָוונער געגענט פון אוקראַיִנע).
עס האָבן זיך אָפּגעהיט בלויז 64 לידער פון אָשר שוואַרצמאַנען. אָבער אויך די קליינע שעפערישע ירושה דערמעגליכט טענהן, אַז אָשר שוואַרצמאַן איז געווען איינער פון די גרעסטע ייִדישע דיכטער פונעם אָנהייב 20טן יאָרהונדערט.
זאַמלונג פון זיינע לידער
- אָשר שוואַרצמאַן, אַלע לידער און בריוו, מאָסקווע, 1961
וועבלינקען
- זיסי ווייצמאַן, "קולביטן פון אָשר שוואַרצמאַנס גורל" (אויף רוסיש)
- http://www.lechaim.ru/ARHIV/170/slovo.htm לעאָניד קאַציס, "אָשר שוואַרצמאַן"] (אויף רוסיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!