רוי:פעליקס און מירע

ווערסיע פון 11:42, 21 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פילמען" ב־"פילמס")

 

פעליקס און מירע (פראנצויזיש: Félix et Meira) איז א קאנאדישער דראמאטישער פילם וועלכע דערציילט די געשיכטע פון א חסידיש פּארפאלק אין מאנטריאל.

דער פילם איז ממש פון די געציילטע פּראפעסיאנעלע פילמס וועלכע האבן היפש דיאַלאָג אין א פליסיגן יידיש, א דאנק דעם הויפט אקטיאר לאָזער, וואס איז אויפגעוואקסן חסידיש אין ברוקלין, וואס האט ארויסגעהאלפן מיט דעם חלק פונעם פילם.

דער פילם האט גאנץ גוט אויסנומען און איז געווען אויף דער ליסטע פון "צען העכסטע 2014 פילמס אין קאנאדע".

געשיכטע

מירע איז א פארהייראט חסידישע פרוי אין מאנטריאל, וואס געפינט זיך נישט איר פּלאַץ אין דער געמיינדע. זי גלייכט הערן גויאישע מוזיק, וואס איר מאן קען נישט אקצעפטירן.

זי באקענט זיך מיט א גויאישן שכן מיטן נאמען פעליקס, וועלכער פילט זיך אויך אליין און מוטשעט זעך מיט זיין אידענטיטעט און מיטן נישט ווערן אקצעפטירט פון זיין טאטן.

שפילער

וועב לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!