אוהל פון די אמשינאווער רביס

דאס אמשינאווער חסידות שטאמט פון ווארקא. דער ערשטער אמשינאווער רבי איז געווען הרב יעקב דוד קאליש, א זון פון דעם אלטן ווארקער רבי און רב פון אמשינאוו אין קאנגרעס פוילן.

היסטאריע

 
הרב מנחם קאליש, האדמו"ר מאמשינאוו

דער אלטער ווארקער רבי, רבי יצחק פון ווארקא, איז געווען א תלמיד פון רבי דוד לעלאווער (תק"ו-תקע"ד), א תלמיד פונעם חוזה פון לובלין, וואס איז געווען א תלמיד פונעם רבי'ן אלימלך פון ליזשענסק, וואס איז געווען א תלמיד פונעם מגיד, הרב דוב בער פון מעזריטש, דער הויפט תלמיד פונעם בעל שם טוב, דער מייסד פון חסידות. נאך דער פטירה פון ר' דוד לעלאווער איז רבי יצחק געווארן א חסיד פונעם רבי'ן ר' בונם פון פרשיסחא.

דער ערשטער אמשינאווער רבי איז געווען רבי יעקב דוד קאליש (יד דוד), א זון פון רבי יצחק פון ווארקא. ער איז נפטר געווארן ה'תרל"ח אין מעראן, איטאליע און זיין זון רבי מנחם האט גע'ירש'נט די רביסטעווע.

נאך רבי מנחם'ס פטירה אין תרע"ח איז זיין בכור רבי יוסף, איידעם פון רבי חיים אלעזר וואקס, געווארן רבי אין אמשינאוו. ער האט געפירט די רביסטעווע 18 יאר ביז זיין פטירה ג' שבט תרצ"ו. זיינע זין זענען געווען:  

    • רבי יעקב דוד האט געדינט ווי אב בית דין אין זשירארדאוו לעבן ווארשע. ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי שלמה יאסקאוויטש, איידעם פונעם אמרי אמת פון גער. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תרצ"ו האט מען אים באקרוינט אמשינאווער רבי און ער איז געווען רב פון ביידע קהילות. ווען די דייטשן האבן איינגענומען פוילן איז ער אנטלאפן אין ווארשע, וואו ער האט זיך באהאלטן צוויי יאר. ער איז נפטר געווארן אין דער ווארשעווער געטא ווינטער תש"ב און מ'האט אים באערדיקט לעבן זיין זיידן און פאטער אין דעם ווארשעווער בית עולם. די נאציס האבן דערמארדעט זיין גאנצע משפחה.
    • רבי יצחק פון אמשינאוו - פאראייניגטע שטאטן, האט מצליח געווען זיך צו אנטלויפן אין ווילנע און פון דארט ווייטער קיין יאפאן מיט זיין פעטער, רבי שמעון שלום. נאך זיין פעטער'ס פטירה האט ער צוריק אויפגעשטעלט דעם הויף אין אמעריקע  אין וויליאמסבורג, ברוקלין און שפעטער אין בארא פארק. ער איז  נפטר געווארן י"ט אדר תשנ"ג. מען האט געפירט זיין ארון צו קבורה אין דעם אלטן בית עולם פון טבריה. נאך זיין פטירה זענען א סך פון זיינע חסידים  געוואנדן צו רבי יעקב אריה, אמשינאווער רבי אין ירושלים.
      • רבי יוסף קאליש זון רבי יצחק. איז געווארן דעם ממלא מקום אין די פאראייניגטע שטאטן. ער האט ארויסגעגעבן דאס ספר "זרע יצחק" על התורה ועל המועדים פון זיין פאטער'ס תורה.
        • רבי מנחם קאליש זון פון רבי יוסף. איז געווארן דעם ממלא מקום אין די פאראייניגטע שטאטן.
 
פתיחת בית המדרש אמשינאוו בבית שמש, נראים האחים האדמו"רים מאמשינאוו שליט"א

דער צווייטער זון פון רבי מנחם, רבי שמעון שלום, איז געווארן רבי אין אטוואצק. ווען די ישיבה בחורים פון מיר, קלעצק, ראדין און נאווהארדאק זענען אנטלאפן פון פוילן קיין יאפאן און שאנכיי אין דער צווייטער וועלט מלחמה איז רבי שמעון שלום געווען איינער פון די פירערס וואס האבן געפועלט אדורכצופירן דאס ענין. אונטער די יאפאנער האבן געוואוינט אין שאנכיי 26,000 אידן.

רבי ירחמיאל יהודה מאיר קאליש (1901-1976) פון אמשינאוו, רבי שמעון שלום'ס א זון, איז געבוירן געווארן אין פשיסכע, פוילן. ער האט געלערנט תורה ביי זיין זיידן, רבי מנחם פון אמשינאוו.


באקאנטע חסידים

אמשינאווער ייחוס

 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
ישראל יצחק קאליש
(ה'תקל"ט-ה'תר"ח)
ווארקער רבי
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
יעקב דוד קאליש (א)
(ה'תקע"ד-ה'תרל"ח)
ערשטער אמשינאווער רבי
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
מנחם קאליש
(ה'תר"ך-ה'תרע"ח)
צווייטער אמשינאווער רבי
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
שמעון שלום קאליש
(1882-1954)
רבי פון אמשינאוו-אטוואצק
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
יוסף קאליש (א)
(נפ' תרצ"ה)
אמשינאווער רבי
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
ירחמיאל יהודה מאיר קאליש
(1901-1976)
רבי פון אמשינאוו-אטוואצק
 
 
 
 
 
 
 
יעקב דור קאליש
(1906-1942)
רבי פון אמשינאוו
 
יצחק קאליש
(נפ' תשנ"ג)
אמשינאווער רבי
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
חיה נחמה (טאכטער)
 
 
 
חיים מיליקאווסקי
אמשינאווער ראש ישיבה ירושלים
(נישט רבי)
 
 
 
 
 
 
יוסף קאליש (ב)
אמשינאווער רבי אין אמעריקע
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
יעקב אריה מיליקאווסקי
אמשינאווער רבי אין ירושלים
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
מנחם קאליש (ב)
אמשינאווער רבי אין אמעריקע
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 

וועבלינק

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!