רוי:סונדערלאנד

ווערסיע פון 10:30, 19 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישע קהילות" ב־"אידישע קהילות")
סונדערלאַנד
Sunderland
SunderlandMontage.jpg
עכא 24 און ווירמוט בריק
ראקער ליכטטורעם, פענשא מאנומענט, פולוועל מיל
נאציאנאלער גלאז צענטער, סונדערלאנד מוזעאום
מדינה / טעריטאָריע Flag of England.svg ענגלאַנד
Flag of the United Kingdom.svg פאראייניגטע קעניגרייך
קאָאָרדינאַטן 54°54′22″N 1°22′52″W / 54.906°N 1.3811°W / 54.906; -1.3811 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
גראפנשאפט טיין און וויר

 ‑ אין שטאָט

174,286‏  (שטייענדיג 2011)
צייט זאָנע UTC

סונדערלאנד (ענגליש: Sunderland) איז א שטאט ביים מויל פונעם טייך וויר אין טיין און וויר, צפון-מזרח ענגלאנד.

סונדערלאנד איז אריגינעל געווען דריי קליינע דערפער:

  • מאנקווירמוט, געשאפן אין יאר 674 אויף דער צפון זייט פונעם טייך. 
  • בישאפווירמוט, געגרינדעט אין 930 אויף דער דרום זייט פונעם טייך.
  • סונדערלאנד, א קליין פישעריי דארף ביים מויל פונעם טייך, האט באקומען א טשאַרטער אין 1179.

געאגראפיע

א גרויסער טייל פון דער שטאט איז אויף א נידריגן בארגקייט פאראלעל צום בארטן. דורכשניטלעך איז סונדערלאנד בערך 80 מעטער העכער פונעם ים־פלאך. די שטאט איז צעטיילט דורכן טייך וויר וואס גייט אדורך דער שטאט אין א טיפן טאל.

70% פון דער באפעלקערונג וואוינט אויף דער דרום זייט פונעם טייך און 30% אויף דער צפון זייט. די שטאט שפרייט זיך ביז צום ברעג ים.


רעליגיע

לויטן צענזוס, 81.5% פון סונדערלאנדער איינוואוינער זענען קריסטן, 9.6% האבן נישט קיין רעליגיע, 0.7% זענען מוסולמענער און 7.6% האבן נישט געוואלט אויסזאגן זייער רעליגיע.

נאר 114 יידן וואוינען אין סונדערלאנד. פאר 1750 האט די שטאט נישט געהאט קיין יידישע געמיינדע. אין 1790 איז געווען אין דער שטאט א רב פון האלאנד. די קהילה האט געוואקסן ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה, אבער זייט דעמאלסט אלע סונדערלאנדער אידן אדער זענען נפטר געווארן אדער האבן זיך באזעצט אין גרעסערע אידישע קהילות. אין 1890 האבן ליטווישע אידן פון קראטינגע געעפנט דעם סונדערלאנד בית המדרש. די רבנים פונעם בית המדרש זענען געווען הרב בלאך, הרב הורוויץ, הרב דוד ראבינאוויטש, זיין זון הרב משה אליעזר ראבינאוויטש און הרב אברהם משה באב"ד. אין 1980 האט דער בית מדרש זיך פאראייניגט מיט דער ענגלישער שול, און הרב שמאי צאהן איז געווארן שטאט'ס רב. די קהילה איז ביסלעכווייז געווארן גאנץ קליין און אין אדר תשס"ו האט מען פארמאכט די שול.

טראנספארט

באן

מען האט איבערגעבויט סונדערלאנד סטאנציע אין נאוועמבער 1965. די סטאנציע ווערט באדינט דורך נארדערן באן באדינונגען צווישן ניוקאסל און מידלזברא , און דורך גראנד צענטראל באדינונגען קיין יארק און  לאנדאן.[1]

רעפערענצן


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!