רוי:פאיע

ווערסיע פון 10:30, 19 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישע קהילה" ב־"אידישע קהילה")
פלאצירונג פון סאבאלטש-סאטמאר-בערעג מעדזשע אין אונגארן

פאיע (אונגאַריש: Ópályi) איז א שטעטל (א דארף) אין דער סאַבאלטש-סאטמאר-בערעג מעדזשע פון אונגארן, אין די גלילות פון טשאטה, נעבן וויטקא און נאך אנדערע שטעטלעך, 45 ק"מ מזרח פון נירעדהאז.

געאגראפיע

פאיע באדעקט א שטח פון 26.72 קוואדראט ק"מ און האט א באפעלקערונג פון 3030 מענטשן (2001).


אידישע קהילה

אין יאר תר"ס האבן געוואוינט אין פאיע 197 אידן.[1] אין די לעצטע יארן בעפאר דער נאצי שלאנג איז דארטן אריין געקומען האבן געוואוינט דארטן א קארגע צען משפחות(?), אבער אין דער ישיבה האבן געלערנט (ביז עס האס זיך פארמאכט אין יאר תרצ"ח למס' 38) ארום 150-250 בחורים און עס זענען ארויסגעקומען פון דארטן תלמידי חכמים מופלגים.

דער רב און ראש ישיבה איז געווען הרב יחזקאל שרגא וויינבערגער, פאטער פון לעצטן פאיער רב, הרב משה דוב (בער) וויינבערגער ז"ל, וואס ער האט באקומען דאס רבנות אלס נדן פון זיין שווער/שוואגער דער וויטקער רב (וואס פאיע איז געווען איינס פון די גלילות פון באגאד וואס דער וויטקער רב הי"ד האט באקומען פון זיין שווער (און טאטע פון זיין איידעם) הרב יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ד אלס דרשה געשאנק צו זיין חתונה, און איינס דערפון איז געווען פאיע וואס דאס האט ער אוועק געגעבן אלס נדן פאר זיין איידעם/שוואגער.

עס זענען נאך היינט פארהאן עטליכע תלמידים פון דער פאיער ישיבה און ווען זענען זיך משדך צווישן זיך הערשט ביי זיי א גרויסע שמחה ווייל אונטער דער אנפירערשאפט פון דעם רב/ראש ישיבה האט געהערשט דארטן א מורא'דיגע געמיינזאמקייט וואס איז פארבליבן אויף לאנגע יארן שפעטער.

פון דעם רב זענען אלע קינדער דעפארטירט געווארן קיין אוישוויץ הי"ד, עס איז נאר פארבליבן דער עלטצטער זון וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג.


רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!