רוי:שעדליץ
שעדליץ (פּויליש: Siedlce, רוסיש: Седльце, סעדלעץ) איז א שטאט אין מזרח פוילן מיט 77,092 איינוואוינער ( אין 2005). זייט 1999 איז די שטאט פלאצירט אין דער מאזאוויער וואויוואדעשאפט; פריער איז ער געווען די הויפשטאט פון א באזונדערער שעדליצער וואויוואדעשאפט (1975–1998).
די באפעלקערונג פארלאזט שטעט אין מזרח פוילן און ציט זיך אריבער אין מערב. לעצטנס טוען 14 פראצענט פון ארבעט־געבער רעפארטירן א מאנגל פון ארבעטער.
די שטאט, וואס געהערט צום היסטארישן פראווינץ פון קליינפוילן, איז געגרינדעט פארן 15טן יארהונדערט און ווערט דערמאנט אין א דאקומענט פון 1448. אין 1503 האט דניאל שעדלעצקי געבויט א ניי דארף מיטן זעלבן נאמען דערלעבן. אין 1547 איז די שטאט געשאפן פון די צוויי דערפער און האט באקומען מאגדעבורג רעכט פון קעניג זיגמונט דער אלטער.
אינעם צווייטן וועלט קריג זענען מער ווי העלפט פון די געביידעס אין דער שטאט פארניכטעט געווארן. די גאנצע אידישע באפעלקערונג זענען אומגעקומען אין דעם חורבן.
אידישע היסטאריע
ביזן צווייטן וועלט קריג האט שעדליץ געהאט א חשובע אידישע באפעלקערונג, און אפטמאל זענען אידן געווען א מערהייט פון די איינוואוינער. שוין אין מיטן 16טן יארהונדערט האבן אידן געוואוינט אין דער שטאט. אין אנהייב 18טן יארהונדערט האבן די אידן אויפגעשטעלט א שפיטאל אין דער שטאט. אין 1794 האט מען געעפנט א בית מדרש. אין 1798 האט מען געדארפט פארגרעסערן דעם בית עולם. אין יענער צייט איז די שטאט געקומען אונטער עסטרייכער הערשאפט ביי דער דריטער טיילונג פון פוילן. ביז 1819 איז די ווארשעווער אידישע קהילה געווען אונטער דעם רבנות פון די רבנים פון שעדליץ.
אין די פאלגנדע יארן איז די באפעלקערונג שטארק געוואקסן, און אידן זענען געווען א מערהייט אין דער שטאט: 3,727 (71.5%) אין 1839; 4,359 (65%) אין 1841; 5,153 (67.5%) אין 1858; 8,156 (64%) אין 1878. שפעטער האבן גויים זיך אריינגעצויגן אין שטאט; לויטן רוסישן צענזוס פון 1897, האבן געוואוינט 11,400 אידן צווישן א באפעלקערונג פון 23,700, (בערך 48% פראצענט).[1] אין 1890 האט מען געבויט א גרעסערן יידישן שפיטאל במקון דעם אלטן.
צווישן די יארן 1911–1939 האט מען ארויסגעגעבן צוויי יידיש־שפראך וואכנבלעטער אין דער שטאט.
אין די לעצטע יארצענדליקן פון צארישער הערשאפט האבן די אנטיסעמיטישע העצונגען געקומען אויך אין שעדליץ מיט א פאגראם אין 1906, ווען 26 אידן זענען אומגעקומען. נאכן ערשטן וועלט קריג איז די שטאט געווען אקופירט פון דער רויטער ארמיי אין 1920 און דער פוילישער ארמיי אין 1921.
אין 1921 האט דער ערשטער פוילישער צענזוס האט געציילט 14,685 אידן אין שעדליץ, 48% פון דער באפעלקערונג. די צאל האט זיך נישט קיין סאך געענדערט; אין 1939 האבן אומגעפער 15,000 אידן געוואוינט אין דער שטאט. מיט דער נאצישער אינוואזיע איז געזיגלט געווארן די היסטאריע פון יידישן שעדליץ, אזוי ווי גאנץ פוילן.
אין 1940 האבן די נאציס געשיקט קיין שעדליץ טויזנטער אידן וואס זיי האבן פארטריבן פון לאדזש, קאליש און פאבעניץ. מערץ 1941 האבן נאצי סאלדאטן גערודערט אין שעדליץ און געהרגעט אסאך אידן. אויגוסט פון דעם יאר האבן זיי אויפגעשטעלט א געטא וואו זיי האבן אריינגעשטופט אלע אידן. ֿ אויגוסט 1942 האבן די נאציס דעפארטירט די שעדליצער אידן 10,000 קיין טרעבלינקע און זיי געשאכטן דארט. די איבעריגע אידן פון דער שטאט האבן זיי אוועקגעשיקט און פארניכטעט אום25סטן נאוועמבער, 1942.
צווילינג שטעט
שעדליץ האט די צווילינג שטעט:
גאלעריע
רעפערענצן
- ↑ Joshua D. Zimmerman, Poles, Jews, and the politics of nationality, Univ of Wisconsin Press, 2004, ISBN 0-299-19464-7, Google Print, p.16
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: שעדליץ |
- אפיציעל שעדליץ וועבזייטל (ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!