רוי:ראדעם
|
ראָדעם (פּויליש: Radom; רוסיש: Радом) איז א שטאט אין פוילן, 100 ק"מ דרום פון ווארשע, אויפן מלעטשנע טייך. עס באדעקט א שטח פון 111.71 קוואדראט ק"מ. אין 2009 האט ראדעם געהאט 223,397 איינוואוינער.
היסטאריע
אידישע קהילה
אין 1897 האט די אידישע באפעלקערונג פון ראדעם געציילט 11,277 נפשות, 39% פון דער באפעלקערונג פון דער שטאט, און אין 1931— 25,159 נפשות.[1]
ביים אנהייב פון דער צווייטער וועלט מלחמה האבן געוואוינט אין ראדעם 30,000 אידן, א גרויסער טייל פון זיי חסידים.
צווישן די שטאטס רבנים פון ראדעם זענען געווען הרב שמואל מאהליווער און הרב אברהם צבי פערלמוטער.
נאר 300 ראדעמער אידן זענען געבליבן נאכן חורבן.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: ראדעם |
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!