רוי:סאכאטשאוו

ווערסיע פון 10:22, 19 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישער קהילה" ב־"אידישער קהילה")
סאכאטשאוו
Sochaczew
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 1368
קאָאָרדינאַטן 52°14′N 20°14′E / 52.233°N 20.233°E / 52.233; 20.233 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
שטח 26.13 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט

37,306‏  (שטייענדיג 2010)
http://www.sochaczew.pl

די אידן פון סאכאטשאוו

 
א דענקמאָל צו די סאכאטשאווער אידן וואָס זענען אומגעקומען אינעם חורבן, אויפן חולון בית עולם

אידן האבן געוואוינט אין דער שטאט אומגעפער 600 יאָר, דאס סאכאטשאווער חסידות איז אנטוויקלט געווארן אין דער שטאט דורך רבי אברהם בארנשטיין (דער "אבני נזר"), וואָס האָט אויך דארט אויפגעשטעלט א ישיבה, און וועמענס קבר געפינט זיך אויפן יידישן בית עולם פון דער שטאט.

בשעת דער ערשטער וועלט מלחמה איז די שטאָט איז געווארן איינגענומען הין און צוריק דורך די דייטשן און די רוסן, און אין דעם גאנג פון די קעמף איז די היאיגע ייִדישע קהילה געווארן ליקווידירט, פיל זענען אנטלאפן אין ווארשע און פיל זענען אוועקגעטריבן און די קהילה האט זיך פארשפרייט. נאָך דער מלחמה האָט די קהילה זיך אָנגעהויבן זיך רעארגאניזירן, און האָט זיך אנטוויקלט ביז איר אומקום אין דער חורבן אייראפע.

קורץ פאר דעם אויסברוך פונעם צווייטן וועלט־קריג האבן געוואוינט אין דע שטאט עטליכע 3000 אידן, בערך א דריטל פון איר באפעלקערונג. דעם 9טן סעפטעמבער 1939 איז די שטאט אקופירט געווארן דורך די דייטשן, וואס האבן דארט דערמארדעט א צאל אידן, און אונטערגעצונדן טייל פון זייערע הייזער. זיי האבן אוועקגעפירט די אידן פון דער שטאט צו צוואנגס ארבעט, סיי ביים בויען א בריק איבערן לאקאלן טייך, וואו עטליכע פון די אידן זענען דערטרונקען געווארן, און סיי ביים בויען באפעסטיגונגען אין דער געגנט פון דער שטאָט, ניצנדיק די מצבות פון דעם אָרטיקן יידישן בית עולם.

אום 19טן יאנואר 1941 האט מען די אידן פון דער שטאט און איר אומגעגנט קאנצענטרירט אין א געטא ארומגערינגלט מיט א שטעכלדראט פּלויט, און א חודש שפעטער האט מען זיי אריבערעפירט אין דער ווארשעווער געטא, און זייער גורל דארט איז געווען דער זעלבער ווי די אנדערע ארטיקע אידן.

וועבלינקען

 
דער אוהל ביים ציון פון די סאכאטשאווער רבי'ס אויפן שטאטישן בית עולם

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!