רוי:רבי חיים יהודה הורוויץ

ווערסיע פון 01:06, 19 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישע באפעלקערונג" ב־"אידישע באפעלקערונג")

רבי חיים יהודה הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ם - ה'תש"ג), פון ריישא.

אפשטאם

רבי חיים יהודה איז געבוירן אין יאר ה'תר"ם (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלטער זאב הורוויץ, רב אין סטריזשעוו, א זון פון הרב אברהם אבא הורוויץ, רב אין שענדישאוו, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת יהודית א טאכטער פון הרב סענדער ראדימישלער פון מעליץ.

רבנות

רבי חיים יהודה האט זיך אפגעזאגט פון זיין א רב, ער האט געוואונט אין ריישא און ער האט זיך אונגאנצען אוועק געגעבען אויפצוטוהן און ארויסהעלפן דעם אידישן ציבור. רבי חיים יהודה האט געהאט א נאנטען צוגאנג צו די גרויסע רעגירונג'ס לייט, זיי האבען געגלייבט אין זיין פערזענליכקייט אלס פארטרעטער פון דאס אידישע באפעלקערונג. מען האט אים גערופען "דער אויסערן מיניסטער פון בעלזא", דאגעגען האט ער געהאט א גרויסע קעגנערשאפט פון די ציוניסטען אין ריישא.

הסתלקות

רבי חיים יהודה איז אומגעקומען אין ריישא, הי"ד.

פאמיליע

רבי חיים יהודה האט געהייראט אן אייניקל פון מאור ושמש. זיירע קינדער:

  • הרב משה הורוויץ.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!