רוי:ירושלים מלחה באן סטאנציע

ווערסיע פון 15:13, 17 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ישראל באנען" ב־"מדינת ישראל באנען")
באן סטאנציע
ירושלים מלחה
Jerusalem Station Map.JPG
Malha train station in Jerusalem.JPG
סטאנציע געביידע
לאקאציע Flag of Israel.svg ירושלים
פארוואלטער מדינת ישראל באנען
פעראנען 4
קאארדינאטן 31°44′53″N 35°11′16″E / 31.7479178°N 35.1879112°E / 31.7479178; 35.1879112 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

ירושלים מַלחה באַן סטאַנציע איז א מדינת ישראל באנען סוף-סטאנציע אויף דער ירושלים - בית שמש פארשטאטישער באן ליניע, וואס געפינט זיך אין מלחה, דרום-מערב ירושלים. די סטאנציע האט מען געעפנט דעם 9טן אפריל 2005.

היסטאריע

די ירושלים - תל אביב באן ליניע איז געעפנט געווארן אין 1892 אין די אטאמאנער צייטן. אין אויגוסט 1998 האט אויפגעהערט די פאסאזשירן באדינונג אויף דער ליניע קיין ירושלים.

נאך דעם האט מען באנייט די באן ליניע פון תל אביב קיין בית שמש אין יאר 2003. דעם 9טן אפריל 2005 האט מען געעפנט דעם טייל פון דער ליניע קיין ירושלים מיט צוויי נייע סטאנציעס, תנ"כישע זאא און ירושלים מלחה. פון 2006 ביז 2008 איז די רוטע געווארן צעשפאלטן אויף צוויי, און מען האט געדארפט בייטן באנען אין בית שמש. אום 15טן מערץ 2008 האט ווידעראמאל געפארן די באן פון ירושלים קיין תל אביב. אין סעפטעמבער 2017 האט מען ווידעראמאל צעשפאלטן די רוטע און די באנען פארן נאר צווישן ירושלים און בית שמש.

צוקונפטדיקע אנטוויקלונגען

אין 2018 וועט עפענען די גיכבאן פון תל אביב קיין ירושלים, וואס ווערט טערמינירן אין דער נייע בניני האומה באן סטאנציע. נאכדעם וועט די ירושלים-בית שמש ליניע זיין איבעריג. דער טראנספארט מיניסטאריום האט א פלאן פאר א טראם-ליניע אויף די שינעס פון דער ליניע פון מלחה קיין בית שמש. די ליניע וועט זיך ציען ווייטער פון דער היינטיגער בית שמש באן סטאנציע אריין אין דער שטאט.[1]


באדינונג

  • פינעף באנען גייען ארויס פון דער סטאנציע אין ביידע ריכטונגען זונטאג ביז דאנערשטאג ווען דער זאא איז אפן.


רוטעס

  פריערדיגע סטאנציע    מדינת ישראל באנען     פאלגנדע סטאנציע  
סוף-סטאנציע   ירושלים-בית שמש
פארשטאטיש
  תנ"כישער זאא

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. כץ פעדערט דעם טראמוויי פון ירושלים קיין בית שמש אויף די אלטע שינעס (העברעאיש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!