רוי:מיכאל פעלזענבאום

ווערסיע פון 13:22, 17 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " יידן" ב־" אידן")

 

מיכאל פעלזענבאַום (אויף רוסיש: Михо́эл Фельзенба́ум) איז אַ שרייבער, פאָעט און אַ דראַמאַטורג ֹוואָס שרייבט אויף יידיש. ער איז געבאָרן געוואָרן אין 1951 אין וואסילקיוו, אוקראַיִנע.

לעבן

מיכאל פעלזענבאַום האָט געוואַקסן אין די בעסעראַבער שטאָט פלאָרעשט. ער האָט געלערנט צו זיין א טעאַטער דירעקטאָר, מוזיקאָלאגיע און געשיכטע פון קונסט אין לענינגראד. אין די יאָרן 1969 ביז 1973 האָט ער געאַרבעט ווי א דירעקטאָר אין דער נאַציאנאַלער טעאַטער אין בעלזא. דאָרטן האָט ער אָנגעפירט אַ פאָר פיעסעס אויף יידיש. ער איז געווען דער ערשטער פאָרזיצער פון די יידיש קולטור פאַרבאַנד.


זיין אַרבעט

נאָך זיין עלייה קיין ישראל אין 1991 האָט פעלזענבאַום פובליצירט עטליכע ביכער פון פאָעזיע און פראָזע. ער איז געווען איינער פֲון די גרינדערס פונעם אַלמאַנאַך נייע וועגן. ער האט פובליצירט אין אַ פאָר צייטשריפטן אויף יידיש: די גאָלדענע קייט (ישראל), די פען (אקספארד), אויפן שוועל און יידישע קולטור (ניו יארק). זיין ראָמאַן שבת'דיגע שוועבעלעך איז איינער פון געציילטע ביכער וואס זענען שייך צו דער פָאסט-מאדערניסטיש שטראָם אין ליטעראטור. אַ סך פון זיינע לידער זענען איבערזעצט געוואָרן אין אַ סך שפראַכן ווי: רוסיש, דייטש, רומעניש, שפאַניש און יאַפאַניש.

זיינע ביכער

  • עס קומט דער טאג: לידער. תל אביב, יידישער קולטור־געזעלשאפט, 1992.
  • א ליבע-רעגן : לידער. תל אביב, הוצאת י"ל פרץ, 1994.
  • דער נאכט־מלאך, תל אביב, הוצאת י"ל פרץ, 1997.
  • און איצט בין איך דיין ניגון. תל אביב, לייוויק־פאַרלאג, 1998.
  • שבת'דיגע שוועבעלעך. תל אביב, ה. לייוויק פארלאג ביים פאראיין פון יידישע שרייבערס און זשורנאליסטן אין ישראל, 2005.
  • בענקשאַפט, לידער, תל אביב, מנורה פארלאג, 2007.
  • א ליבע נאכן טויט, דערציילונגען, תל אביב, מנורה פארלאג, 2009
  • געזעגענונג מיט דער קמיע: אשכּנזישע לידער, "מנורה", תּל-אָביב, 2010
  • אויפן הימל אַ יריד. קאָמישע פּיעסן, י.-ל.פּרץ-פאַרלאַג, תּל-אָביב, 2015
  • אַ שאָטן ביים פענצטער, נאָוועלן און פּיעסן, י.-ל.פּרץ-פאַרלאַג, תּל-אָביב, 2015
  • ביאָגראַפיע פון אַ סענטימענטאַלער לבנה, אַוואַנטורע-נאָוועלן, "ביבליאָטעק פון דער היינטצייטיקער ייִדישער ליטעראַטור, תּל-אָביב, 2017

איבערזעצונג

וואס ער האט איבערגעזעצט

  • בנימין סקודיצקי, בשבילי החיים והמעש. תרגום מיידיש לעברית - מיכאל פלזנבאום. תל אביב : דורגרף, 2007. ‬

זיינע שריפטן וואס זענען איבערגעזעצט

  • Jiddische Texte, mit einer Einführung zur Jiddischen Literatur von Astrid Starck (сборник М. Фельзенбаума, Беринский, Лев Самуилович|Льва Беринского и Геннадия Эстрайха на немецком языке, под редакцией проф. Астрид Штарк, Universite de Haute Alsace), Solothurner Literaturtage: Золотурн, 2002.
  • Субботние спички (роман, перевёл с идиша Вэлвл Чернин), РИЦ Медиа Формат: Moscow, 2006.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!