רוי:רבי מנחם מענדל פרידמאן

ווערסיע פון 07:42, 13 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")

רבי מנחם מענדל פרידמאן זצ"ל (ג' תמוז ה'תרל"ו - י"א תשרי ה'תש"ג), פון באהוש.

אפשטאם

רבי מנחם מענדל איז געבוירן ג' תמוז ה'תרל"ו, צו זיין פאטער הרב דוד פרידמאן, פון באהוש, א זון פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הרב אברהם יהושע העשל, פון מעזיבוז.

רבנות

רבי מנחם מענדל האט אנגעפירט מיט דער ישיבה בית ישראל וואס איז אויף געשטעלט געווארן אין באהוש, צוזאנען מיט זיין שוואגער רבי דוד טווערסקי. נאך זיין שווער'ס פטירה - כ"ג ניסן ה'תרפ"ג - איז ער געווארן רבי פון באהוש צוזאמען מיט זיין שוואגער. ערשט ווען זיין שוואגער האט זיך אוועק געצויגן קיין יאס האט ער איבערגענומען די רביסטעווע אליין.

ווען דער אנטיסעמיטשע פארטייען האבן אנגעהויבן צו געוועלטיגן, און מען האט גענומען פייניגן די אידן דורך די אייזירנע געווארדיע, האט רבי מנחם מענדל זיך קאמפלעט אוועק געגעבן צו העלפען זיינע ברודער.

הסתלקות

רבי מנחם מענדל איז נפטר געווארן י"א תשרי ה'תש"ג ער ליגט אין באהוש.

פאמיליע

רבי מנחם מענדל האט געהייראט י' שבט ה'תרנ"ב מרת בלומא רייזיל א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) הרב ישראל שלום יוסף פרידמאן, פון באהוש. זייערע קינדער:

  • הרב יצחק פרידמאן, ער איז נפטר געווארן אין בוקארעסט.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (39)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!