רוי:יודל קאמינער

ווערסיע פון 07:32, 13 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")

רבי יהודה הלוי (יודל) קאַמינער (אויך באקאנט ווי ר' יודל כענטשינער; תקפ"ז, 1827כ"ד תשרי תרנ"ב, 1891) איז געווען א חסידישער תלמיד חכם און סוחר אין פוילן, און דער שווער פונעם גערער רבי'ן דעם שפת אמת.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין לייפניק, מעהרן (היינט טשעכיי), צו זיין פאטער מאיר יחיאל קאמינער, אן איידעם פון הרב ברוך פרענקל-תאומים, מחבר פונעם "ברוך טעם". די קאמינער משפחה איז מיוחס צום "מגן אברהם", רבי אברהם גאמבינער,  (דער נאמען "קאמינער" איז אפשר א פארגרייזטע ווערסיע פון "גאמבינער"). יונגערהייט איז ער געווארן א יתום פון זיין מוטער, און ער איז אריבער מיט זיין פאטער צו וואוינערן אין בערדיטשעוו, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אוקראינע). אין 1838, ווען ער איז געווען אלט 11, איז ער צוריק קיין פוילן וואו ער האט אויפגעוואקסן אין זיין זיידנ'ס הויז.

ער האט געהייראט הדסה, טאכטער פון משה חיים ראטנבערג, א ברודער פון רבי יצחק מאיר אלטער, דער "חידושי הרי"ם" פון גער. נאך דער חתונה איז ער געפארן קיין קאצק און איז געווארן א חסיד פונעם קאצקער רבי'ן. שפעטער איז געווארן א חסיד פונעם חידושי הרי"ם און נאכהער פונעם רבי'ן ר' העניך פון אלעקסאנדער.

נאך זיין שווער'ס פטירה האט ער איבערגענומען זיינע געשעפטן און איז געווארן איינער פון די גרעסטע יידישע עשירים אין פוילן. ער האט געוואוינט אינעם שטעטל כענטשין, און דערפאר האט מען אים גערופן  "ר' יודל כענטשינער". ער האט  געלערנט צוזאמען מיט זיין שוועסטער-קינד הרב פינחס אליהו ראטנבערג, דער פילצער רב.

אין יאר תרכ"ב (1862) האט זיין טאכטער יוכבד-רבקה חתונה געהאט מיט רבי יהודה "לייבל" אלטער, וואס איז שפעטער געווארן גערער רבי. ביי דער חתונה איז רבי לייבל געווען אלט 15. כדי דער חתן און זיין שווער זאלן נישט האבן דעם זעלבן נאמען, האט זיין זיידע דער חידושי הרי"ם געהייסן צוגעבן א נאמען צו זיין אייניקל "אריה". נאכדעם וואס רבי יהודה אריה לייב אלטער איז געווארן רבי האט זיין שווער רבי יודל געפירט זיך צו אים ווי א חסיד צו זיין רבי'ן.

ער איז נפטר געווארן אסרו חג פון סוכות תרנ"ב. ער האט איבערגעלאזט אכט זין און פיר טעכטער.

אן אוראייניקל זיינער האט געהייראט יהודה מאיר אבראמאוויטש.

ביבליאגראפיע

  • תולדות חייו של ר' יודל קמינר, אין סוף פונעם ספר "דגל יהודה", ירושלים, תשכ"ו

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!