נאציאנאלער ים־מוזעאום
Science Museum
מוסטער:וויקידאטן בילד
וויסנשאפט מוזעאום
אינפארמאציע
טיפ מאריטימער מוזעאום
אויפגעשטעלט 1937
אדרעס Greenwich, London SE10
http://rmg.co.uk
(למפת גרויסלאנדאן רגילה)
Greater London UK location map 2.svg|
 
}}
|
קענט
}}
|
סארי
}}
|
בר.
}}
|
בקי.
}}
|
הארטפארדשיר
}}
|
עסעקס
}}
|
נאציאנאלער ים מוזעאום
נאציאנאלער ים מוזעאום
}}
לאקאציע אין גרויסלאנדאן

דער נאציאנאלער ים מוזעאום (ענגליש: National Maritime Museum) אין גריניטש, לאנדאן, איז דער פירנדער ים־מוזעאום פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און אפשר דער גרעסטער ים־מוזעאום אין דער וועלט. די היסטארישע געביידעס זענען א טייל פון דעם ים־גריניטש וועלט ירושה ארט; אויך איינגעגלידערט איז די קעניגליכע אבזערוואטאריע און דאס 17טן-יארהונדערט קעניגינס הויז. אזוי ווי אנדערע נאציאנאלע מוזעאומס אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך וואס באקומען פינאנציעלן שטיץ פון דער רעגירונג, פאדערט דער נאציאנאלע ים־מוזעאום נישט קיין אריינטריט געלט, אבער פאר די צייטווייליגע אויסשטעלונגען נעמט מען יא אריינטריט געלט.

זאמלונג

 
פארטרעט פון קאפיטאן  דזשעימס קוק ביים נאציאנאלן ים־מוזעאום

שוין זייט אוראלטע צייטן האט גריניטש געהאט שייכות מיטן ים און נאוויגאציע. ער איז געווען א לאנדן ארט פאר די רוימער; הענרי דער אכטער האט געוואוינט דא; דער ים־פלאט האט זיין ווארצלען אויפן וואסערפראנט ; און טשארלס דער צווייטער האט געגרינדעט די קעניגליכע אבזערוואטאריע אין 1675 כדי צו "דערגיין דעם געאגראפישן לענג פון פלעצער". די היים פון גריניטש דורכשניטליכע צייט און דעם הויפט מערידיאן זייט 1884, איז גריניטש לאנג געווען א צענטער פאר אסטראנאמישער שטודיע, און נאוויגאטארן ארום דער וועלט שטעלן זייערע זייגערס לויט זיין זייגער.

 
די ברעטאניע, מאלעריי פון זשול אשיל נאעל, 1859, ביים נאציאנאלן ים־מוזעאום